Publicidade

Isaías 9

1 דאָס פֿאָלק װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש,

האָט דערזען אַ גרױס ליכטיקײט;

די װאָס זײַנען געזעסן אין לאַנד פֿון טױטשאָטן,

אױף זײ האָט אַ ליכטיקײט געשײַנט.

2 האָסט געמערט דאָס פֿאָלק,

האָסט געגרײסט זײַן פֿרײד;

זײ פֿרײען זיך פֿאַר דיר, װי די פֿרײד בײַם שניט,

װי מען קװעלט װען מע טײלט זיך מיט רױב.

3 װאָרעם דעם יאָך פֿון זײַן לאַסט,

און דעם שטאַנג פֿון זײַן נאַקן,

די רוט פֿון זײַן דריקער,

האָסטו צעבראָכן װי אין טאָג פֿון מִדיָן.

4 װאָרעם יעטװעדער שוך װאָס האָט געשאַרט מיט רַעש,

און יעטװעדער מאַנטל געװעלגערט אין בלוט,

װעט זײַן צו בראַנד,

אַ שפּײַז פֿאַרן פֿײַער.

5 װאָרעם אַ קינד איז אונדז געבאָרן געװאָרן,

אַ זון איז אונדז געגעבן געװאָרן,

און די הערשאַפֿט איז אױף זײַן אַקסל;

און מע רופֿט זײַן נאָמען:

פֶּלֶא-יוֹעץ אֵל-גִבור,

אַבֿי-עד שַׂר-שלום;

6 צו מערן די הערשאַפֿט,

און צו שלום אָן שיעור,

אױף דעם טראָן פֿון דָוִד,

און אױף זײַן מלוכה;

זי צו פֿעסטיקן און זי אונטערצולענען

מיט רעכט און גערעכטיקײט,

פֿון אַצונד און ביז אײביק;

דאָס אָננעמען זיך פֿון ה׳ צבָֿאוֹת טוט דאָס דאָזיקע.

7 אֲדֹנָי האָט אַ װאָרט געשיקט אין יעקבֿ,

און עס איז געפֿאַלן אין יִשׂרָאֵל.

8 און װיסן װעט דאָס גאַנצע פֿאָלק,

אפֿרים און דער באַװױנער פֿון שוֹמרוֹן,

װאָס זאָגט מיט גַאַװה און מיט גדלות פֿון האַרצן:

9 ציגל זײַנען אײַנגעפֿאַלן,

און געהאַקטע שטײנער װעלן מיר בױען;

װילדע פֿײַגנבײמער זײַנען אָפּגעהאַקט געװאָרן,

און מיט צעדערן װעלן מיר זײ פֿאַרבײַטען.

10 דערום דערהײבט ה׳ די פֿײַנט פֿון רצין אױף אים,

און זײַנע שׂונאים װעט ער אָנרײצן;

11 אַרָם פֿון פֿאָרנט, און פּלִשתּים פֿון הינטן;

און זײ עסן יִשׂרָאֵל מיטן גאַנצן מױל.

בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס,

און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

12 אָבער דאָס פֿאָלק קערט זיך נישט צו זײַן שלעגער,

און ה׳ צבָֿאוֹת זוכן זײ נישט.

13 און ה׳ פֿאַרשנײַדט פֿון יִשׂרָאֵל קאָפּ און עק,

טײטלצװײַג און טײַכריטל, אין אײן טאָג.

14 דער זקן און דער אָנגעזעענער, דאָס איז דער קאָפּ,

און דער נבֿיא װאָס לערנט ליגן, דאָס איז דער עק.

15 און די האַרן פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זײַנען פֿאַרפֿירער,

און זײערע געפֿירטע זײַנען צעמישט.

16 דערום פֿרײט זיך נישט אֲדֹנָי מיט זײַנע יונגע לײַט,

און זײַנע יתומים און אַלמנות דערבאַרעמט ער נישט;

װאָרעם איטלעכער איז זינדיק און טוט שלעכטס,

און איטלעך מױל רעדט שענדלעכקײט.

בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס,

און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

17 װאָרעם די שלעכטיקײט ברענט װי אַ פֿײַער,

זי פֿאַרצערט דערנער און װילדגעװעקס,

און צינדט די געצװײַגן פֿון װאַלד,

ביז זײ קנױלן זיך אין זײַלן פֿון רױך.

18 דורך דעם צאָרן פֿון ה׳ צבָֿאוֹת

איז צעפֿלאַקערט דאָס לאַנד,

און דאָס פֿאָלק איז װי שפּײַז פֿאַרן פֿײַער;

זײ דערבאַרעמען זיך נישט קײנער אױף זײַן ברודער,

19 און מע רײַסט רעכטס, און בלײַבט הונגעריק,

און מע עסט לינקס, און װערט נישט זאַט;

זײ עסן איטלעכער דאָס פֿלײש פֿון זײַן אָרעם:

20 מנַשֶה אפֿרימען, און אפֿרים מנַשֶהן,

זײ אין אײנעם אױף יהוּדה.

בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס,

און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-