Publicidade

Sofonias 2

1 זאַמלט אײַך אײַן און פֿאַרזאַמלט אײַך,

איר אומפֿאַרשעמט פֿאָלק,

2 אײדער דער גזר װערט געבאָרן

װי שפּרײ פֿאַרגײט דער טאָג

אײדער עס קומט אױף אײַך דער גרימצאָרן פֿון ה׳,

אײדער עס קומט אױף אײַך דער טאָג פֿון ה׳ס כּעס.

3 זוכט ה׳, איר אַלע פֿאַרליטענע פֿון לאַנד,

װאָס האָט געטאָן זײַן געזעץ;

זוכט גערעכטיקײט, זוכט עניװת,

אפֿשר װעט איר פֿאַרבאָרגן װערן אין טאָג פֿון ה׳ס כּעס.

4 װאָרעם עַזָה װעט אַ פֿאַרלאָזענע זײַן,

און אַשקלוֹן אַ װיסטעניש;

אַשדוֹד, זי װעט מען אין מיטן טאָג אַרױסטרײַבן,

און עֶקרוֹן װעט אױסגעריסן װערן.

5 װײ, איר באַװױנער פֿון דער ים-געגנט,

איר פֿאָלק פֿון כּרֵתים!

דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז אױף אײַך,

כּנַעַן, דו לאַנד פֿון די פּלִשתּים;

און איך װעל דיך אונטערברענגען

אַז קײן באַװױנער זאָל נישט זײַן.

6 און די געגנט פֿון ים װעט זײַן פֿיטערפּלעצער,

לאָנקעס פֿאַר פּאַסטוכער, און געהעפֿטן פֿאַר שאָף,

7 און עס װעט זײַן אַ חלק

פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה;

זײ װעלן זיך דערױף פֿיטערן;

אין די הײַזער פֿון אַשקלוֹן װעלן זײ הױערן אין אָװנט;

װאָרעם ה׳ זײער ג-ט װעט זיך דערמאָנען אָן זײ,

און װעט אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט.

8 איך האָב געהערט די לעסטערונג פֿון מוֹאָבֿ,

און די זידלערײַען פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן,

װאָס זײ האָבן געלעסטערט מײַן פֿאָלק,

און זיך געגרײסט אַקעגן זײער געמאַרק.

9 דערום אַזױ װי איך לעב,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל:

אַז מוֹאָבֿ װעט װי סדוֹם װערן,

און די קינדער פֿון עַמוֹן װי עַמוֹרָה,

אַ װירטשאַפֿט פֿון דערנער, און אַן אױסגראָבונג פֿון זאַלץ,

און אַ װיסטעניש אױף אײביק;

דער איבערבלײַב פֿון מײַן אומה װעט זײ צערױבן,

און דער רעשט פֿון מײַן פֿאָלק װעט זײ אַרבן.

10 דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר זײער שטאָלץ,

װאָס זײ האָבן געלעסטערט, און זיך געגרײסט

קעגן דער אומה פֿון ה׳ צבָֿאוֹת.

11 מוראדיק איז ה׳ אַקעגן זײ,

װאָרעם ער מאַכט אײַנגײן אַלע אָפּגעטער פֿון דער ערד,

און בוקן װעלן זיך צו אים, איטלעכער פֿון זײַן אָרט,

אַלע אינדזלען פֿון די פֿעלקער.

12 אױך איר כּוּשים,

װעט זײַן דערשלאָגענע פֿון מײַן שװערד.

13 און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אַקעגן צפֿון,

און װעט אונטערברענגען אשור,

און מאַכן נינוֵה פֿאַר אַ װיסטעניש,

אַ טריקעניש אַזױ װי אַ מדבר.

14 און הױערן אין איר װעלן סטאַדעס,

חיות פֿון יעטװעדער מין;

אי דער פּעליקאַן אי דער זומפּבושל

װעלן נעכטיקן אױף אירע זײַלנקעפּ;

קוֹלות װעלן זינגען אין פֿענצטער,

אַ חורבֿן װעט זײַן אױף דער שװעל,

װאָרעם איר צעדערװערק דעקט מען אָפּ.

15 דאָס איז די לוסטיקע שטאָט װאָס איז געזעסן אין זיכערקײט,

װאָס האָט געזאָגט אין איר האַרצן:

איך, און אַחוץ מיר איז מער נישטאָ.

װי איז זי געװאָרן צו װיסט,

אַ הױעראָרט פֿאַר חיות!

איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ,

װעט שמוצערן, װעט װיגן זײַן האַנט.

Veja também

Publicidade
Sofonias
Ver todos os capítulos de Sofonias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-