Publicidade

Isaías 49

1 הערט מיר צו, איר אינדזלען,

און פֿאַרנעמט, איר פֿעלקער פֿון דער װײַט:

ה׳ האָט מיך פֿון טראַכט גערופֿן,

פֿון מײַן מוטערס לײַב האָט ער מײַן נאָמען דערמאָנט.

2 און ער האָט געמאַכט מײַן מױל װי אַ שאַרפֿע שװערד,

אין שאָטן פֿון זײַן האַנט האָט ער מיך באַהאַלטן;

און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ בלאַנקער פֿײַל,

אין זײַן פֿײַלבײַטל האָט ער מיך פֿאַרבאָרגן.

3 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מײַן קנעכט ביסטו, אָ יִשׂרָאֵל,

װאָס איך רים זיך מיט דיר.

4 און איך האָב געװעסט געזאָגט: אומנישט האָב איך מיך געמיט,

אױף נישט און ניװעץ האָב איך מײַן כּוֹח פֿאַרלענדט;

אָבער מײַן משפּט איז בײַ ה׳,

און מײַן לױן בײַ מײַן ג-ט.

5 און אַצונד האָט ה׳ געזאָגט –

דער װאָס האָט מיך געפֿורעמט פֿון טראַכט

פֿאַר אַ קנעכט צו אים –

אומצוקערן צו זיך יעקבֿ,

און יִשׂרָאֵל זאָל אײַנגעזאַמלט װערן צו אים;

און איך בין געערט אין די אױגן פֿון ה׳,

און מײַן ג-ט איז מײַן שטאַרקײט.

6 און ער האָט געזאָגט:

קנאַפּ איז – װײַל דו ביסט מײַן קנעכט –

אױפֿצוריכטן די שטאַמען פֿון יעקבֿ,

און די צװײַגן פֿון יִשׂרָאֵל אומצוקערן;

נאָר איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ ליכט פֿון די פֿעלקער.

אַז מײַן הילף זאָל זײַן ביז צום עק פֿון דער ערד.

7 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,

דער אױסלײזער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַן הײליקער,

צו דעם װאָס איז פֿאַראַכטעט אין זײַן נפֿש,

צו דעם פֿאַרומװערדיקטן פֿון פֿעלקער,

צו דעם קנעכט פֿון געװעלטיקער:

מלכים װעלן זען און װעלן אױפֿשטײן,

שׂרָרות – און װעלן זיך בוקן,

פֿון װעגן ה׳ װאָס איז געטרײַ,

דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט דיך אױסדערװײלט.

8 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

אין צײַט פֿון באַװיליקונג טו איך דיר ענטפֿערן,

און אין טאָג פֿון ישועה טו איך דיך העלפֿן;

און איך װעל דיך היטן,

און דיך מאַכן פֿאַר אַ ברית צו די אומות,

כּדי דו זאָלסט אױפֿריכטן דאָס לאַנד,

אַז דו זאָלסט זײ מאַכן ירשענען די װיסטע נַחלות;

9 צו זאָגן צו די געפֿאַנגענע: גײט אַרױס!

צו די װאָס אין פֿינצטערניש: אַנטפּלעקט אײַך!

בײַ די װעגן װעלן זײ זיך פֿיטערן,

און אױף אַלע הױכע ערטער װעט זײַן זײער פֿיטערונג.

10 זײ װעלן נישט הונגערן און נישט דאָרשטן,

און נישט פּלאָגן װעט זײ היץ און זון,

װאָרעם זײער דערבאַרעמער װעט זײ באַלײטן,

און בײַ קװאַלן װאַסער װעט ער זײ פֿירן.

11 און איך װעל מאַכן אַלע מײַנע בערג פֿאַר אַ װעג,

און מײַנע שטעגן װעלן דערהײכט װערן.

12 זע, די װעלן קומען פֿון דער װײַטן,

און זע, יענע פֿון צפֿון און פֿון מערבֿ,

און די, פֿון לאַנד סינים.

13 זינגט, איר הימלען, און פֿרײ זיך, דו ערד,

און ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג,

װאָרעם ה׳ האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק,

און זײַנע אָרימע טוט ער דערבאַרעמען.

14 און צִיוֹן האָט געזאָגט: פֿאַרלאָזן האָט מיך ה׳,

און אֲדֹנָי האָט פֿאַרגעסן אָן מיר.

15 קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד,

נישט צו דערבאַרעמען דעם זון פֿון איר לײַב?

אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן,

װעל איך אָן דיר נישט פֿאַרגעסן.

16 זע, אױף די האַנטפֿלעכן האָב איך דיך אױסגעקריצט,

דײַנע מױערן זײַנען תּמיד פֿאַר מיר.

17 אײַליק קומען דײַנע קינדער;

דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרװיסטער

װעלן אַרױס פֿון דיר.

18 הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:

זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, און קומען צו דיר.

אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳,

אַז זײ אַלע װעסטו װי אַ צירונג אָנטאָן,

און װעסט זײ אָנקניפּן אַזױ װי אַ כּלה;

19 װאָרעם דײַנע חורבֿות און דײַנע װיסטענישן,

און דײַן לאַנד דאָס צעשטערטע –

פֿאַר װאָר, װעסט אַצונד ענג זײַן פֿון װױנער,

און דערװײַטערט װעלן זײַן דײַנע אומברענגער.

20 זאָגן װעלן נאָך אין דײַנע אױערן

דײַנע אָנגעװאָרענע קינדער:

ענג איז מיר דער אָרט,

טרעט מיר אָפּ, איך זאָל קענען װױנען.

21 און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן:

װער האָט מיר די דאָזיקע געבאָרן?

איך בין געװען אָן קינדער און עקרה,

פֿאַרטריבן און פֿאַרװאָגעלט;

און די דאָזיקע װער האָט אױפֿגעצױגן?

זע, איך בין דאָך געבליבן אַלײן,

די דאָזיקע װוּ זײַנען געװען?

22 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

זע, איך װעל אױפֿהײבן צו די פֿעלקער מײַן האַנט,

און צו די אומות װעל איך אױפֿשטעלן מײַן פֿאָן,

און זײ װעלן ברענגען דײַנע זין אין בוזעם,

און דײַנע טעכטער װעלן אױפֿן אַקסל געטראָגן װערן.

23 און מלכים װעלן זײַן דײַנע דערציִער,

און זײער שׂרָרהטעס דײַנע נאַס ניאַניע;

מיטן פּנים צו דער ערד װעלן זײ זיך בוקן צו דיר,

און דעם שטױב פֿון דײַנע פֿיס װעלן זײ לעקן;

און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳,

װאָס נישט פֿאַרשעמט װערן די װאָס האָפֿן צו מיר.

24 װערט אַװעקגענומען פֿון דעם גיבור דער רױב,

צי װערט דער פֿאַנג פֿון דעם זיגער אַנטרונען?

25 פֿאַר װאָר, אַזױ זאָגט ה׳:

אַפֿילו דער פֿאַנג פֿון דעם גיבור זאָל אַװעקגענומען װערן,

און דער רױב פֿון דעם שטאַרקן זאָל אַנטרונען װערן,

אָבער מיט דײַנע קריגער װעל איך קריגן,

און דײַנע קינדער װעל איך העלפֿן.

26 און איך װעל מאַכן עסן דײַנע דריקער זײער פֿלײש,

און װי טרױבנזאַפֿט װעלן זײ זײער בלוט שיכּורן;

און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך ה׳ בין דײַן העלפֿער,

און דײַן אױסלײזער גֹּואֵל איז דער מאַכטיקער פֿון יעקבֿ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-