Publicidade

Levítico 1

וַיִּקְרָא

1 און ה׳ האָט גערופֿן צו משהן, און האָט צו אים גערעדט פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער פֿון אײַך װעט ברענגען אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָלט איר פֿון פֿיך, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, ברענגען אײַער קָרבָּן.

3 אױב אַ בראַנדאָפּפֿער איז זײַן קָרבָּן, פֿון רינדער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער; צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָל ער אים ברענגען, כּדי ער זאָל באַװיליקט װערן פֿאַר ה׳. 4 און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון בראַנדאָפּפֿער, און עס װעט באַװיליקט װערן פֿון אים, מכַפּר צו זײַן אױף אים. 5 און ער זאָל שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן גענענען דאָס בלוט, און שפּרענגען דאָס בלוט רונד אַרום אױף דעם מזבח װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 6 און ער זאָל אָפּשינדן דאָס בראַנדאָפּפֿער, און עס צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער. 7 און די קינדער פֿון אַהרֹן דעם כּהן זאָלן אַרױפֿטאָן פֿײַער אױפֿן מזבח, און אָנלײגן האָלץ אױפֿן פֿײַער. 8 און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן אױסלײגן די שטיקער, דעם קאָפּ, און דאָס פֿעטס, אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 9 און זײַנע אינגעװײד און זײַנע קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער, און דער כּהן זאָל אַלצדינג דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

10 און אױב זײַן קָרבָּן איז פֿון לעמער, פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. 11 און ער זאָל אים שעכטן בײַ דער צפֿון-זײַט פֿון מזבח פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 12 און ער זאָל אים צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער; און דער כּהן זאָל זײ אױסלײגן מיטן קאָפּ און מיטן פֿעטס אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. 13 און די אינגעװײד און די קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער; און דער כּהן זאָל אַלצדינג גענענען, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

14 און אױב אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון עוֹפֿות איז זײַן קָרבָּן צו ה׳, זאָל ער ברענגען זײַן קָרבָּן פֿון טורטלטױבן אָדער פֿון יונגע טױבן. 15 און דער כּהן זאָל אים גענענען צום מזבח, און אָפּקנײַפּן זײַן קאָפּ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און זײַן בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אױף דער װאַנט פֿון מזבח. 16 און ער זאָל אַראָפּנעמען זײַן װאָליע מיט אירע פֿעדערן, און זי אַװעקגעװאָרפֿן לעבן מזבח אין מזרח-זײַט, אין אָרט פֿון דער אַש. 17 און ער זאָל אים אױפֿרײַסן פֿאַר זײַנע פֿליגלען, אָבער נישט פֿונאַנדערשײדן; און דער כּהן זאָל אים דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף דעם האָלץ װאָס איבערן פֿײַער. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-