1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצוצינדן אַ ליכט תּמיד. 3 דרױסן פֿון דעם פָּרוֹכֶת פֿון צײגנים אין אוֹהל-מוֹעד זאָל עס אַהרֹן צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי פֿאַר ה׳ תּמיד; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות. 4 אין דער רײנער מנוֹרה זאָל ער צוריכטן די רערלעך פֿאַר ה׳ תּמיד.
5 און זאָלסט נעמען זעמלמעל, און אױסבאַקן דערפֿון צװעלף חלות; פֿון צװײ צענטל אֵיפֿה זאָל זײַן יעטװעדער חלה. 6 און זאָלסט זײ לײגן אין צװײ רײען, זעקס אין אַ רײ, אױפֿן רײנעם טיש פֿאַר ה׳. 7 און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איטלעכער רײ לױטערן װײַרעך, כּדי עס זאָל זײַן צו דעם ברױט פֿאַר אַ דערמאָנונג, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 8 שבת אין שבת זאָל ער עס אױסלײגן פֿאַר ה׳ תּמיד; פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַן אײביקער ברית. 9 און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, און זײ זאָלן עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, װאָס געהערט צו אים פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; אַן אײביק רעכט.
10 און דער זון פֿון אַ פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן אַ מִצרי, איז אַרױסגעגאַנגען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל און אַ מאַן פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך געקריגט אין לאַגער. 11 און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל האָט געלעסטערט דעם נאָמען, און געשאָלטן, און מע האָט אים געבראַכט צו משהן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען שלוֹמית, די טאָכטער פֿון דִבֿרין, פֿון שבֿט דָן. 12 און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, ביז מע װעט זײ באַשײדן לױט דעם מױל פֿון ה׳.
13 האָט ה׳ גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 14 פֿיר אַרױס דעם װאָס האָט געשאָלטן, אױסן לאַגער, און אַלע װאָס האָבן געהערט זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף זײַן קאָפּ, און די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרשטײנען. 15 און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער מאַן װאָס װעט שילטן זײַן ג-ט, זאָל טראָגן זײַן זינד. 16 און דער װאָס לעסטערט דעם נאָמען פֿון ה׳, זאָל טײטן געטײט װערן; פֿאַרשטײנען זאָל אים פֿאַרשטײנען די גאַנצע עדה; װי דער פֿרעמדער אַזױ דער אײַנגעבאָרענער, אַז ער לעסטערט דעם נאָמען, זאָל ער געטײט װערן.
17 און אַז אַ מאַן װעט דערשלאָגן עמיצן אַ מענטשן צום טױט, זאָל ער טײטן געטײט װערן. 18 און דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה צום טױט, זאָל זי אָפּצאָלן; אַ לעבן פֿאַר אַ לעבן. 19 און אַז אַ מאַן װעט מאַכן זײַן חבֿר אַ מום, זאָל געטאָן װערן צו אים אַזױ װי ער האָט געטאָן: 20 אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן; אַזױ װי דער מום װאָס ער װעט מאַכן דעם מענטשן, אַזױ זאָל געמאַכט װערן צו אים. 21 יאָ, דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה מוז זי אָפּצאָלן; און דער װאָס דערשלאָגט אַ מענטשן מוז געטײט װערן. 22 אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך, װי דער פֿרעמדער אַזױ זאָל זײַן דער אײַנגעבאָרענער, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם.
23 און משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן אַרױסגעפֿירט דעם װאָס האָט געשאָלטן אױסן לאַגער, און האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.