Publicidade

Levítico 8

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 נעם אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים, און די קלײדער, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און די צװײ װידערס, און דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; 3 און די גאַנצע עדה זאַמל אײַן צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.

4 האָט משה געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן; און די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 5 און משה האָט געזאָגט צו דער עדה: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן צו טאָן. 6 און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין, און ער האָט זײ געװאַשן מיט װאַסער. 7 און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים דאָס קעסאָנעס, און אים אַרומגעגורט מיטן גאַרטל, און אים אָנגעקלײדט דעם מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם אֵפֿוֹד, און אים אַרומגעגורט מיט דעם חֵשֶב פֿון אֵפֿוֹד, און אים אָנגעבונדן דעם אֵפֿוֹד דערמיט. 8 און ער האָט אָנגעטאָן אױף אים דעם חושן, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן חושן די אורים-ותּומים. 9 און ער האָט אים אָנגעטאָן די טורבאַן אױפֿן קאָפּ, און אַרױפֿגעטאָן אױף דער הױב, אױף דער פֿאָדערזײַט, דאָס גילדערנע שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 10 און משה האָט גענומען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און האָט געזאַלבט דעם מישכּן און אַלץ װאָס אין אים, און האָט זײ געהײליקט. 11 און ער האָט געשפּריצט דערפֿון אױפֿן מזבח זיבן מאָל; און ער האָט געזאַלבט דעם מזבח, און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, זײ צו הײליקן. 12 און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג אױף אַהרֹנס קאָפּ, און האָט אים געזאַלבט, אים צו הײליקן. 13 און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנס זין, און האָט זײ אָנגעטאָן מאַנטלען, און זײ אָנגעגורט גאַרטלען, און זײ אָנגעבונדן מיגבעות, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 14 און ער האָט געמאַכט גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער. 15 און מע האָט אים געשאָכטן; און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט אַרױפֿגעטאָן מיט זײַן פֿינגער אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום, און גערײניקט דעם מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח, און אים געהײליקט, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אים. 16 און ער האָט גענומען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און משה האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. 17 און דעם אָקס מיט זײַן פֿעל, און זײַן פֿלײש, און זײַן מיסט, האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 18 און ער האָט געמאַכט גענענען דעם װידער פֿון בראַנדאָפּפֿער, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. 19 און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 20 און דעם װידער האָט מען צעשניטן אױף זײַנע שטיקער, און משה האָט געדעמפֿט דעם קאָפּ און די שטיקער און דאָס פֿעטס. 21 און די אינגעװײד און די קני האָט מען אָפּגעשװענקט מיט װאַסער, און משה האָט געדעמפֿט דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס געװען צו ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 22 און ער האָט געמאַכט גענענען דעם צװײטן װידער, דעם װידער פֿון דערפֿילונג, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. 23 און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט גענומען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף אַהרֹנס רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס. 24 און מע האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנס זין, און משה האָט אַרױפֿגעטאָן פֿון דעם בלוט אױף זײער רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און משה האָט געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 25 און ער האָט גענומען דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און דעם רעכטן שענקל. 26 און פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר ה׳, האָט ער גענומען אײן אומגעזײַערטע חלה, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן, און האָט אַרױפֿגעטאָן אױפֿן פֿעטס, און אױפֿן רעכטן שענקל. 27 און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַלצדינג אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין, און האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 28 און משה האָט עס צוגענומען פֿון זײערע הענט, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח איבערן בראַנדאָפּפֿער; אַ דערפֿילונג זײַנען זײ געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס געװען צו ה׳. 29 און משה האָט גענומען די ברוסט, און האָט זי אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; דאָס איז געװען משהן צום חלק פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 30 און משה האָט גענומען פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און האָט געשפּריצט אױף אַהרֹנען, אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין און אױף זײַנע זינס קלײדער מיט אים, און געהײליקט אַהרֹנען, זײַנע קלײדער, און זײַנע זין און זײַנע זינס קלײדער מיט אים. 31 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין: קאָכט דאָס פֿלײש בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דאָרטן זאָלט איר עס עסן, מיט דעם ברױט װאָס אין דעם קאָרב פֿון דערפֿילונג, לױט װי איך האָב באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן עס עסן. 32 און װאָס בלײַבט פֿון דעם פֿלײש און פֿון דעם ברױט, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. 33 און פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר נישט אַרױסגײן זיבן טעג, ביז דעם טאָג װאָס די טעג פֿון אײַער דערפֿילונג װערן פֿול; װאָרעם זיבן טעג װעט מען דערפֿילן אײַער האַנט. 34 אַזױ װי מע האָט געטאָן הײַנטיקן טאָג, האָט ה׳ באַפֿױלן צו טאָן, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 35 און אין דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר בלײַבן טאָג און נאַכט זיבן טעג, און היטן די היטונג פֿון ה׳, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; װאָרעם אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן.

36 און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן געטאָן אַלע זאַכן װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-