1 און די זין פֿון אַהרֹנען, נָדָבֿ און אַבֿיהוא, האָבן גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און האָבן אַרײַנגעלײגט דערין פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן דערױף װײַרעך, און געבראַכט פֿאַר ה׳ פֿרעמד פֿײַער, װאָס ער האָט זײ נישט באַפֿױלן. 2 איז אַרױס אַ פֿײַער פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זײ פֿאַרצערט, און זײ זײַנען געשטאָרבן פֿאַר ה׳. 3 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דאָס איז װאָס ה׳ האָט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דורך מײַנע נאָנטע װעל איך געהײליקט װערן, און פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק װעל איך געערלעכט װערן. און אַהרֹן האָט געשװיגן. 4 און משה האָט גערופֿן מישָאֵל און אֶלצָפָֿן, די זין פֿון עוזיאֵל, אַהרֹנס פֿעטער, און האָט צו זײ געזאָגט: גענענט, טראָגט אַרױס אײַערע ברידער פֿון פֿאַר דעם הײליקטום אױסן לאַגער. 5 האָבן זײ גענענט, און האָבן זײ אַרױסגעטראָגן אין זײערע מאַנטלען אױסן לאַגער, אַזױ װי משה האָט גערעדט.
6 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע זין: אײַערע קעפּ זאָלט איר נישט לאָזן פֿאַרװאַקסן, און אײַערע קלײדער זאָלט איר נישט אײַנרײַסן, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן, און אױף דער גאַנצער עדה װעט ער צערענען; נאָר אײַערע ברידער, דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלן באַװײנען די פֿאַרברענונג װאָס ה׳ האָט פֿאַרברענט. 7 און פֿון אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר נישט אַרױסגײן, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; װאָרעם דאָס אײל פֿון ה׳ס זאַלבונג איז אױף אײַך. און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן.
8 און ה׳ האָט גערעדט צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 9 װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָלסטו נישט טרינקען, דו און דײַנע זין מיט דיר, װען איר גײט אַרײַן אין אוֹהל-מוֹעד, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; 10 כּדי איר זאָלט אָפּשײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן, און צװישן אומרײנעם און רײנעם;
11 און לערנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַלע געזעצן װאָס ה׳ האָט זײ געהײסן דורך משהן.
12 און משה האָט גערעדט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע געבליבענע זין: נעמט דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס בלײַבט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳, און עסט עס אומגעזײַערט לעבן מזבח; װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 13 און איר זאָלט עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װײַל דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט איז דאָס פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; װאָרעם אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן. 14 און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג זאָלט איר עסן אין אַ רײנעם אָרט, דו, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער מיט דיר; װאָרעם װי דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט זײַנען זײ געגעבן געװאָרן פֿון די פֿרידאָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 15 דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג זאָלן זײ ברענגען מיט די פֿײַעראָפּפֿער פֿון פֿעטס, כּדי זײ אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; און עס זאָל געהערן צו דיר, און צו דײַנע קינדער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן.
16 און משה האָט נאָכפֿרעגן זיך נאָכגעפֿרעגט װעגן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, ערשט ער איז פֿאַרברענט געװאָרן. האָט ער געצערנט אױף אֶלעָזָרן און אױף איתָמָרן, אַהרֹנס געבליבענע זין, אַזױ צו זאָגן:
17 פֿאַר װאָס האָט איר נישט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער אין הײליקן אָרט? װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, און ער האָט דאָס אײַך געגעבן, כּדי צו נעמען אױף זיך די זינד פֿון דער עדה, מכַפּר צו זײַן אױף זײ פֿאַר ה׳. 18 זײַן בלוט איז דאָך נישט געבראַכט געװאָרן אינעװײניק אין הײליקטום; עסן האָט איר עס געזאָלט עסן אין הײליקטום, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן.
19 האָט אַהרֹן גערעדט צו משהן: אָט האָבן זײ הײַנט געבראַכט זײער זינדאָפּפֿער און זײער בראַנדאָפּפֿער פֿאַר ה׳, און מיר האָט אַזױ װאָס געטראָפֿן, און אַז איך װאָלט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער הײַנט, װאָלט עס דען װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ה׳? 20 און משה האָט צוגעהערט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן.