1 אין ערשטן יאָר פֿון דָריָוֶש דען זון פֿון אַחַשוֵרוֹש פֿון דעם אָפּשטאַם פֿון מָדַי, װאָס איז געמאַכט געװאָרן פֿאַר אַ מלך איבער דעם קיניגרײַך פֿון די כַּשׂדים, 2 אין ערשטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, האָב איך, דָניאֵל, נאָכגעקוקט אין די ספֿרים די צאָל פֿון די יאָרן װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָה הנבֿיא, צו דערפֿילן אױף די חורבֿות פֿון ירושָלַיִם – זיבעציק יאָר.
3 און איך האָב געקערט מײַן פּנים צו אֲדֹנָי האלֹקים, צו בעטן אַ תּפֿילה און אַ בקשה מיט פֿאַסטן, און זאַק און אַש. 4 און איך האָב מתפּלל געװען צו ה׳ מײַן ג-ט, און האָב מיך מתװדה געװען, און האָב געזאָגט: איך בעט דיך אֲדֹנָי, דו גרױסער און פֿאָרכטיקער ג-ט, װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, 5 מיר האָבן געזינדיקט, און פֿאַרבראָכן, און שלעכטס געטאָן, און װידערשפּעניקט, און זיך אָפּגעקערט פֿון דײַנע געבאָט און דײַנע געזעצן; 6 און מיר האָבן נישט צוגעהערט צו דײַנע קנעכט די נבֿיאים, װאָס האָבן גערעדט אין דײַן נאָמען צו אונדזערע מלכים, אונדזערע האַרן, און אונדזערע עלטערן, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד. 7 צו דיר, אֲדֹנָי, איז די גערעכטיקײט, און צו אונדז איז הײַנטיקן טאָג די שאַנד פֿון פּנים – צו די מענער פֿון יהוּדה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, די נאָנטע און די װײַטע, אין אַלע לענדער װאָס דו האָסט זײ פֿאַרשטױסן אַהין, פֿון װעגן דער פֿעלשונג װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן דיר. 8 ה׳, צו אונדז איז די שאַנד פֿון פּנים, צו אונדזערע מלכים, צו אונדזערע האַרן, און צו אונדזערע עלטערן, װײַל מיר האָבן געזינדיקט צו דיר. 9 בײַ אֲדֹנָי אלוקינו איז די דערבאַרעמונג און די פֿאַרגעבונג; װאָרעם מיר האָבן װידערשפּעניקט אָן אים, 10 און מיר האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו, צו גײן אין זײַנע לערנונגען, װאָס ער האָט אַװעקגעלײגט פֿאַר אונדז דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט די נבֿיאים. 11 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן איבערגעטרעטן דײַן תּורה, און זיך אָפּגעקערט, נישט צוצוהערן צו דײַן קֹול, און אױף אונדז איז אױסגעגאָסן געװאָרן די קללה און די שבֿועה װאָס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון משה דעם קנעכט פֿון האלֹקים, װײַל מיר האָבן געזינדיקט צו אים. 12 און ער האָט מקײם געװען זײַן װאָרט, װאָס ער האָט גערעדט װעגן אונדז, און װעגן אונדזערע שוֹפֿטים װאָס האָבן אונדז געמשפּט, צו ברענגען אױף אונדז אַ גרױס בײז, װאָס איז נישט געשען אונטערן גאַנצן הימל אַזױ װי עס איז געשען צו ירושָלַיִם. 13 אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון משהן, איז דאָס דאָזיקע גאַנצע בײז געקומען אױף אונדז; אָבער מיר האָבן נישט געבעטן פֿאַר ה׳ אלוקינו, כּדי זיך אומצוקערן פֿון אונדזערע זינד, און זיך צו קליגן אין דײַן אמת. 14 און ג-ט האָט אױפֿגעפּאַסט אױף דעם בײז, און האָט עס געבראַכט אױף אונדז, װאָרעם ה׳ אלוקינו איז גערעכט אין אַלע זײַנע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן, און מיר האָבן נישט צוגעהערט צו זײַן קֹול. 15 און אַצונד, אֲדֹנָי אלוקינו, דו װאָס האָסט אַרױסגעצױגן דײַן פֿאָלק פֿון לאַנד מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט, און דיר געמאַכט אַ נאָמען אַזױ װי אױף הײַנטיקן טאָג – מיר האָבן געזינדיקט, מיר האָבן שלעכטס געטאָן.
16 אֲדֹנָי, לױט אַלע דײַנע גערעכטיקײטן, זאָל, איך בעט דיך, זיך אָפּקערן דײַן כּעס און דײַן גרימצאָרן פֿון דײַן שטאָט ירושָלַיִם, דײַן הײליקן באַרג, װאָרעם פֿון װעגן אונדזערע זינד, און פֿון װעגן די פֿאַרברעכן פֿון אונדזערע עלטערן, איז ירושָלַיִם און דײַן פֿאָלק צו שאַנד בײַ אַלע אונדזערע אַרומיקע. 17 און אַצונד, אלוקינו, הער צו די תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און זײַן תּחינה, און דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן פֿאַרװיסטן בֵית הַמִקדָש פֿון װעגן פֿון אֲדֹנָי. 18 נײַג, מײַן ג-ט, דײַן אױער, און הער, עפֿן דײַנע אױגן, און זע אונדזערע פֿאַרװיסטונגען, און די שטאָט װאָס דײַן נאָמען װערט אױף איר גערופֿן, װאָרעם נישט פֿון װעגן אונדזערע גערעכטיקײטן מאַכן מיר פֿאַלן פֿאַר דיר אונדזער בקשה, נײַערט פֿון װעגן דײַן גרױס דערבאַרעמונג. 19 אֲדֹנָי, הער, אֲדֹנָי, פֿאַרגיב, אֲדֹנָי, פֿאַרנעם און טו, זאָלסט נישט זאַמען; פֿון דײַנעטװעגן, מײַן ג-ט, װאָרעם דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף דײַן שטאָט און אױף זײַן פֿאָלק.
20 און װי איך רעד נאָך, און בין מתפּלל, און בין זיך מתװדה אױף מײַנע זינד, און די זינד פֿון מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און מאַך פֿאַלן מײַן בקשה פֿאַר ה׳ מײַן ג-ט, פֿון װעגן דעם הײליקן באַרג פֿון מײַן ג-ט – 21 װי איך רעד נאָך אין געבעט, אַזױ איז דער מאַן גַבֿריאֵל, װאָס איך האָב געזען אין דער זעונג אין אָנהײב, געקומען פֿליעדיק צו פֿליען, און האָט מיך אָנגערירט, אַרום דער צײַט פֿון אָװנט-קָרבָּן. 22 און ער האָט געגעבן צו פֿאַרשטײן, און האָט מיט מיר גערעדט, און האָט געזאָגט: דָניאֵל, איך בין אַצונד אַרױסגעקומען דיך צו קליגן אין פֿאַרשטאַנדיקײט. 23 בײַם אָנהײב פֿון דײַן בקשה איז אַרױס אַ װאָרט, און איך בין געקומען עס צו זאָגן, װאָרעם דו ביסט באַליבט; דערום באַטראַכט דאָס װאָרט, און פֿאַרשטײ די זעונג.
24 זיבעציק װאָכן זײַנען נִגזר געװאָרן אױף דײַן פֿאָלק און אױף דײַן הײליקער שטאָט, כּדי צו פֿאַרלענדן דעם איבערטרעטן, און פֿאַרטיליקן דעם חטא, און מכַפּר זײַן אױף דער זינד, און ברענגען אײביקע גערעכטיקײט, און באַזיגלען די זעונג און די נבֿיאות, און זאַלבן דעם קָדשֵי-קָדשים. 25 און זאָלסט װיסן און פֿאַרשטײן, אַז פֿון דעם אַרױסגאַנג פֿון דעם װאָרט, װידער אױפֿצובױען ירושָלַיִם, ביז דעם משיח דעם פֿירשט, זײַנען זיבן װאָכן, און צװײ און זעכציק װאָסן װעט זי װידער זײַן אױפֿגעבױט, מיט מערק און גראָבנס, אָבער אין געדריקטע צײַטן. 26 און נאָך די צװײ און זעכציק װאָכן, װעט דער משיח אָפּגעשניטן װערען אָבער נישט פֿאַר זיך אַלײן; און די שטאָט און דאָס הײליקטום װעט צעשטערן דאָס פֿאָלק פֿון אַ פֿירשט װאָס װעט קומען; און זײַן סוף װעט זײַן מיט פֿלײצונג; און ביז צום סוף פֿון דער מלחמה זײַנען נִגזר געװאָרן פֿאַרװיסטונגען. 27 און ער װעט מאַכן אַ שטאַרקן ברית מיט פֿיל פֿאַר אײן װאָך; און אַ האַלבע װאָך װעט ער פֿאַרשטערן שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער; און אױף דעם פֿליגל פֿון אומװערדיקײטן װעט קומען דער פֿאַרװיסטער, אַזש ביז אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזר װעט אױסגעגאָסן װערן אױף דעם פֿאַרװיסטער.