Publicidade

Isaías 44

1 און אַצונד, הער, יעקבֿ מײַן קנעכט,

און יִשׂרָאֵל, װעמען איך האָב אױסדערװײלט;

2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן באַשעפֿער,

און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב, װאָס העלפֿט דיך:

זאָלסט נישט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ,

און ישוּרוּן, װעמען איך האָב אױסדערװײלט.

3 װאָרעם איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד,

און פֿלוסן אױף טריקעניש;

איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען,

און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.

4 און זײ װעלן שפּראָצן װי צװישן גראָז,

װי װערבעס בײַ בעכן װאַסער.

5 דער װעט זאָגן: איך געהער צו ה׳;

און דער װעט זיך רופֿן מיטן נאָמען פֿון יעקבֿ,

און דער װעט אױפֿשברײַבן אױף זײַן האַנט צו ה׳,

און מיטן נאָמען יִשׂרָאֵל זיך טיטלען.

6 אַזױ האָט געזאָגט ה׳, דער קיניג פֿון יִשׂרָאֵל,

און זײַן אױסלײזער, ה׳ צבָֿאוֹת:

איך בין דער ערשטער, און איך בין דער לעצטער,

און חוץ מיר איז נישטאָ קײן אלֹקים.

7 און װער װי איך קען פֿאַרױסרופֿן –

זאָל ער עס זאָגן און אױסלײגן פֿאַר מיר –

פֿון זינט איך האָב באַשאַפֿן דאָס עלטסטע פֿאָלק?

און דאָס קומעדיקע און װאָס װעט געשען

זאָלן זײ דערצײלן.

8 איר זאָלט נישט אַנגסטן און נישט פֿאָרכטן;

פֿאַר װאָר, פֿון לאַנג אָן

האָב איך דיך געלאָזט הערן און דערצײלט,

און איר זײַט מײַנע עדות.

איז דען דאָ אַ ג-ט אַחוץ מיר,

אַז נישטאָ אַ פֿעלדז איך זאָל נישט װיסן?

9 די פֿורעמער פֿון אַ געץ זײַנען נישטיק אַלע, און זײערע גלוסטיקע בילדער נוצן נישט; און זײ אַלײן זײַנען זײערע עדות, אַז זײ הערן נישט און װײסן נישט; דערום װעלן זײ פֿאַרשעמט װערן. 10 װער פֿורעמט עס אַ ג-ט, און גיסט אױס אַ געץ װאָס נוצט נישט! 11 זע, אַלע באַהעפֿטע אין אים װעלן זיך שעמען, און די מײַנסטערס – זײ מער פֿון אַלע מענטשן; זאָלן זײ אױפֿשטײן; אָבער זײ װעלן מורא האָבן, זאָלן זײ אַלע זיך אײַנזאַמלען, זיך שעמען, אין אײנעם.

12 דער אײַזנשמיד אַ האַק, און אַרבעט אױף קױלן, און מיט האַמערס טוט ער זי פֿורעמען, און אַרבעט זי אױס מיט זײַן שטאַרקן אָרעם; אױך װערט ער הונגעריק, און איז אָן כּוֹח, ער טרינקט נישט קײן װאַסער, און װערט פֿאַרשמאַכט. 13 דער האָלצמײנסטער ציט אױס אַ שנור; ער צײכנט עס מיט אַ שטיפֿט, ער מאַכט עס מיט הובלען צורעכט, און מיט אַ צירקל צײכנט ער עס אַרום, און ער מאַכט עס לױט דער געשטאַלט פֿון אַ מאַן, לױט דער שײנקײט פֿון אַ מענטשן, אױף צו װױנען אין אַ הױז. 14 ער האַקט זיך אױס צעדערן, און נעמט אַ האַרטדעמב אָדער אַן אײכנבױם, און װײלט זיך אױס צװישן די בײמער פֿון װאַלד; ער פֿלאַנצט אַ פֿיכטבױם, און דער רעגן מאַכט װאַקסן. 15 און עס איז פֿאַר דעם מענטשן אױף צו ברענען; און ער נעמט דערפֿון, און װאַרעמט זיך, אױך הײצט ער, און באַקט ברױט; דערצו מאַכט ער אַ ג-ט און בוקט זיך; מאַכט עס צום געץ, און קניט דערצו. 16 טײל דערפֿון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער, אױף טײל דערפֿון עסט ער פֿלײש – בראָט בראָטן און זעטיקט זיך, אױך װאַרעמט ער זיך, און זאָגט: אַה! מיר איז װאַרעם, איך שפּיר דאָס פֿײַער; 17 און דעם איבערבלײַב דערפֿון מאַכט ער פֿאַר אַ ג-ט – פֿאַר זײַן געץ; קניט צו אים און בוקט זיך און טוט תּפֿילה צו אים, און זאָגט: ראַטעװע מיך, װאָרעם מײַן ג-ט ביסטו.

18 זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט, װאָרעם פֿאַרקלעפּט פֿון צו זען זײַנען זײערע אױגן, פֿון צו פֿאַרשטײן – זײערע הערצער. 19 און קײנער איבערלײגט נישט אין זײַן האַרצן, און נישטאָ קײן דערקענונג און קײן שׂכל צו זאָגן: טײל דערפֿון האָב איך פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אױך געבאַקט אױף זײַנע קױלן ברױט, געבראָטן פֿלײש און געגעסן; און דעם רעשט דערפֿון זאָל איך פֿאַר אַן אומװערדיקײט מאַכן? צו אַ שײַט האָלץ זאָל איך קניִען? 20 ער יאָגט זיך נאָך אַש, אַ פֿאַרנאַרט האַרץ האָט אים אַראָפּגעפֿירט, און ער איז נישט מציל זײַן נפֿש, און זאָגט נישט: פֿאַר װאָר, ליגן איז אין מײַן רעכטער האַנט.

21 געדענק דאָס דאָזיקע, יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל,

אַז מײַן קנעכט ביסטו;

איך האָבן דיך געפֿורעמט, אַ קנעכט ביסטו מיר;

יִשׂרָאֵל, זאָלסט מיך נישט פֿאַרגעסן.

22 איך האָב אָפּגעמעקט װי אַ כמאַרע דײַנע פֿאַרברעכן,

און װי אַ װאָלקן דײַנע זינד;

קער זיך אום צו מיר, װאָרעם איך האָב דיך אױסגעלײזט.

23 זינגט איר הימלען, װאָרעם ה׳ האָט אױפֿגעטאָן;

שאַלט, איר טיפֿענישן פֿון דער ערד,

ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג,

דער װאַלד און יעטװעדער בױם אין אים;

װאָרעם ה׳ האָט אױסגעלײזט יעקבֿ,

און מיט יִשׂרָאֵל טוט ער זיך רימען.

24 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן אױסלײזער,

און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב:

איך בין ה׳ װאָס האָב אַלץ דינג געמאַכט,

װאָס האָב אױסגעצױגן די הימלען אַלײן,

װאָס האָב אױסגעשפּרײט די ערד פֿון מיר זעלבערט;

25 װאָס פֿאַרשטערט די צײכנס פֿון די ליגנערס,

און די װאָרזאָגער מאַכט ער צעדולט;

װאָס קערט די חכמים אַהינטער,

און זײער שׂכל באַנאַרישט ער;

26 װאָס איז מקײם דאָס װאָרט פֿון זײַן קנעכט,

און דעם באַראָט פֿון זײַנע שלוחים פֿירט ער אױס;

װאָס זאָגט אױף ירושָלַיִם: זײ זאָל באַזעצט װערן;

און אױף די שטעט פֿון יהוּדה: זײ זאָלן אָפּגעבױט װערן,

און אירע חורבֿות װעל איך אױפֿריכטן;

27 װאָס זאָגט צו דער טיפֿעניש: װער טרוקן,

און דײַנע טײַכן װעל איך אױסטריקענען;

28 װאָס זאָגט אױף כּוֹרֶשן: ער איז מײַן פּאַסטוך,

און אַל מײַן באַגער װעט ער אױספֿירן,

צו זאָגן אױף ירושָלַיִם: זי זאָל געבױט װערן,

און צום הֵיכל: זאָלסט געגרונטפֿעסט װערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-