Publicidade

2 Reis 18

1 און עס איז געװען אין דריטן יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם זון פֿון אֵלָהן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז חִזקִיָה דער זון פֿון אָחָז דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. 2 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען אַבֿי די טאָכטער פֿון זכַריָהן.

3 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער דָוִד האָט געטאָן. 4 ער האָט אָפּגעטאָן די בָמות, און צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די אַשֵרָה. און ער האָט צעהאַקט די קופּערנע שלאַנג װאָס משה האָט געמאַכט; װאָרעם ביז יענע טעג פֿלעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל רײכערן צו איר, און מע האָט זי גערופֿן נחוּשתּן. 5 ער האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און נאָך אים איז נישט געװען אַזאַ װי ער צװישן אַלע מלכים פֿון יהוּדה, אױך נישט צװישן די װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים. 6 װאָרעם ער האָט זיך באַהעפֿט אָן ה׳, ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט געהיט זײַנע געבאָט װאָס ה׳ האָט געבאָטן משהן. 7 און ה׳ פֿלעגט זײַן מיט אים; אומעטום װי ער פֿלעגט אַרױסגײן, פֿלעגט ער באַגליקן. און ער האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון אשור, און האָט אים נישט געדינט. 8 ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים ביז עַזָה און אירע געמאַרקן, פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט.

9 און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהון – דאָס איז דאָס זיבעטע יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם זון פֿון אֵלָהן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל – איז אַרױפֿגעגאַנגען שַלמַנאֶסֶר דער מלך פֿון אשור אױף שוֹמרוֹן, און האָט געלעגערט אױף איר. 10 און זײ האָבן זי באַצװוּנגען צום סוף פֿון דרײַ יאָר; אין זעקסטן יאָר פֿון חִזקִיָהן – דאָס איז דאָס נײַנטע יאָר פֿון הוֹשֵעַ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל – איז שוֹמרוֹן באַצװוּנגען געװאָרן. 11 און דער מלך פֿון אשור האָט פֿאַרטריבן יִשׂרָאֵל קײן אשור, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט אין חַלַח, און אין גוֹזָן, בײַם טײַך חָבֿוֹר, און אין די שטעט פֿון מָדַי. 12 פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ זײער ג-ט, און האָבן איבערגעטרעטן זײַן ברית, אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט זײ באַפֿױלן, און זײ האָבן נישט צוגעהערט און נישט געטאָן.

13 און אין פֿערצנטן יאָר פֿון מלך חִזקִיָהן, איז אַרױפֿגעגאַנגען סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור אױף אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און האָט זײ אײַנגענומען.

14 האָט חִזקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה געשיקט צו דעם מלך פֿון אשור קײן לָכיש, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אָפּ פֿון מיר; װאָס דו װעסט אױף מיר אַרױפֿלײגן, װעל איך טראָגן. האָט דער מלך פֿון אשור אַרױפֿגעלײגט אױף חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה דרײַ הונדערט צענטנער זילבער און דרײַסיק צענטנער גאָלד.

15 און חִזקִיָה האָט אַװעקגעגעבן דאָס גאַנצע זילבער װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון ה׳ און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז. 16 אין יענער צײַט האָט חִזקִיָה אַרומגעהאַקט די טירן פֿון דעם הֵיכל פֿון ה׳, און די בײַשטידלעך װאָס חִזקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געהאַט איבערגעצױגן, און ער האָט עס געגעבן דעם מלך פֿון אשור.

17 און דער מלך פֿון אשור האָט געשיקט תַּרתָּנען, און רבֿ-סָריסן, און רַבֿשָקֵהן, פֿון לָכיש צום מלך חִזקִיָהון מיט אַ גרױסן חיל קײן ירושָלַיִם. און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, אַזױ זײַנען זײ געקומען און האָבן זיך געשטעלט בײַ דעם גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך װאָס אױפֿן װעג פֿון װעשערפֿעלד. 18 און זײ האָבן גערופֿן צום מלך; איז אַרױסגעגאַנגען צו זײ אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער.

19 און רַבֿשָקֵה האָט צו זײ געזאָגט: זאָגט אַקאָרשט צו חִזקִיָהון אַזױ האָט געזאָגט דער גרױסער מלך, דער מלך פֿון אשור: װאָס איז די דאָזיקע פֿאַרזיכערונג װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך? 20 מײנסטו הױל ליפּגערײד איז אַן עצה און גבֿורה פֿאַר מלחמה? אַצונד, אױף װעמען פֿאַרזיכערסטו זיך, װאָס דו האָסט װידערשפּעניקט אָן מיר? 21 אַצונד זע, דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף דעם שטעקן פֿון דעם דאָזיקן צעבראָכענעם ראָר – אױף מִצרַיִם – װאָס אַז אַ מענטש לענט זיך אױף אים אָן, גײט ער אים אַרײַן אין דער האַנט, און לעכערט זי דורך; אַזױ איז פַּרעה דער מלך פֿון מִצרַיִם פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף אים. 22 און אַז איר װעט מיר זאָגן: מיר פֿאַרזיכערן זיך אױף ה׳ אלוקינו – איז דאָס נישט דער װאָס חִזקִיָהו האָט אָפּגעטאָן זײַנע בָמות און זײַנע מזבחות, און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו ירושָלַיִם: פֿאַר דעם דאָזיקן מזבח זאָלט איר זיך בוקן אין ירושָלַיִם?

23 און אַצונד, פֿאַרװעט זיך אַקאָרשט מיט מײַן האַר דעם מלך פֿון אשור, און איך װעל דיר געבן צװײ טױזנט פֿערד, אױב דו קענסט דיר אַרױפֿזעצן רײַטער אױף זײ. 24 הײַנט װי קענסטו אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון אַ הױפּטמאַן, אײנעם פֿון די קלענסטע קנעכט פֿון מײַן האַר? פֿון דעסט װעגן פֿאַרזיכערסטו זיך אױף מִצרַיִם װעגן רײַטװעגן און רײַטער. 25 אַצונד, בין איך דען אָן ה׳ אַרױפֿגעקומען אױף דעם דאָזיקן אָרט, אים צו פֿאַרװיסטן? ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ אַרױף אױף דעם דאָזיקן לאַנד, און פֿאַרװיסט עס.

26 האָט אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהון, און שֶבֿנאָ, און יוֹאָח, געזאָגט צו רַבֿשָקֵהן: רעד, איך בעט דיך, צו דײַנע קנעכט אַראַמיש, װאָרעם מיר פֿאַרשטײן עס, און רעד נישט צו אונדז יהוּדיש אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק װאָס אױף דער מױער.

27 האָט רַבֿשָקֵה צו זײ געזאָגט: האָט דען צו דײַן האַר און צו דיר מיך געשיקט מײַן האַר צו רעדן די דאָזיקע װערטער, און נישט צו די מענטשן װאָס זיצן אױף דער מױער, צו עסן זײער קױט, און צו טרינקען זײער לײַב װאַסער, בײַ אײַך?

28 און רַבֿשָקֵה האָט זיך געשטעלט, און האָט אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קֹול אױף יהוּדיש, און האָט גערעדט און געזאָגט: הערט דאָס װאָרט פֿון דעם גרױסן מלך, דעם מלך פֿון אשור. 29 אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: זאָל אײַך חִזקִיָהו נישט נאַרן, װאָרעם ער קען אײַך נישט מציל זײַן פֿון זײַן האַנט. 30 און זאָל אײַך חִזקִיָהו נישט פֿאַרזיכערן אױף ה׳, אַזױ צו זאָגן: מציל זײַן װעט אונדז מציל זײַן ה׳, און די דאָזיקע שטאָט װעט נישט איבערגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. 31 איר זאָלט נישט צוהערן צו חִזקִיָהון, װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט דער מלך פֿון אשור: מאַכט מיט מיר שלום, און קומט אַרױס צו מיר, און עסט איטלעכער פֿון זײַן װײַנשטאָק און איטלעכער פֿון זײַן פֿײַגנבױם, און טרינקט איטלעכער דאָס װאַסער פֿון זײַן ברונעם. 32 ביז איך קום, און װעל אײַך נעמען אין אַ לאַנד אַזױ װי אײַער לאַנד, אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן, אַ לאַנד פֿון ברױט און װײַנגערטנער, אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק, כּדי איר זאָלט לעבן און נישט שטאַרבן; און איר זאָלט נישט צוהערן צו חִזקִיָהון, אַז ער װעט אײַך אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ װעט אונדז מציל זײַן. 33 האָבן מציל דען מציל געװען די ג‑טער פֿון די פֿעלקער איטלעכער זײַן לאַנד פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור? 34 װוּ זײַנען די ג‑טער פֿון חַמָת, און אַרפַּד? װוּ זײַנען די ג‑טער פֿון ספֿרוַיִם, הֵנַע, און עִוָה? האָבן זײ דען מציל געװען שוֹמרוֹן פֿון מײַן האַנט? 35 װער זײַנען צװישן אַלע ג‑טער פֿון די לענדער װאָס האָבן מציל געװען זײער לאַנד פֿון מײַן האַנט, אַז ה׳ זאָל מציל זײַן ירושָלַיִם פֿון מײַן האַנט?

36 האָט דאָס פֿאָלק געשװיגן, און זײ האָבן אים אַ װאָרט נישט געענטפֿערט, װאָרעם דער באַפֿעל פֿון מלך איז געװען, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט אים נישט ענטפֿערן.

37 איז געקומען אֶליָקים דער זון פֿון חִלקִיָהן, װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דער שרײַבער, און יוֹאָח דער זון פֿון אָסָפֿן, דער דערמאָנער, צו חִזקִיָהון, מיט צעריסענע קלײדער, און זײ האָבן אים דערצײלט די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-