Publicidade

2 Reis 9

1 און אֶלישע דער נבֿיא האָט גערופֿן אײנעם פֿון די יונגע נבֿיאים, און האָט צו אים געזאָגט: גורט אָן דײַנע לענדן, און נעם דאָס דאָזיקע קריגל אײל אין דײַן האַנט, און גײ קײן רָמוֹת-גִלעָד.

2 און אַז דו װעסט קומען אַהין, קוק זיך אַרום אױף יֵהוּא דעם זון פֿון יהוֹשָפֿט דעם זון פֿון נִמשין; און זאָלסט אַרײַנגײן, און אים מאַכן אױפֿשטײן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און זאָלסט אים אַרײַנפֿירן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער. 3 און זאָלסט נעמען דאָס קריגל אײל, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט. איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל. און זאָלסט עפֿענען די טיר און אַנטלױפֿן, און נישט װאַרטן.

4 איז דער יונגערמאַן דער יונגער נבֿיא געגאַנגען קײן רָמוֹת-גִלעָד. 5 און װי ער איז געקומען, ערשט די הױפּטלײַט פֿון חיל זיצן. האָט ער געזאָגט: איך האָב אַ װאָרט צו דיר, הױפּטמאַן. האָט יֵהוּא געזאָגט: צו װעמען פֿון אונדז אַלעמען? האָט ער געזאָגט: צו דיר, הױפּטמאַן.

6 איז ער אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז. און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן דאָס אײל אױף זײַן קאָפּ, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער דעם פֿאָלק פֿון ג-ט, איבער יִשׂרָאֵל. 7 און זאָלסט דערשלאָגן דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ דײַן האַר, כּדי איך זאָל זיך נוקם זײַן פֿאַר דעם בלוט פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, און פֿאַר דעם בלוט פֿון אַלע קנעכט פֿון ה׳, פֿון אִיזֶבֿלס האַנט. 8 און דאָס גאַנצע הױז פֿון אַחאָבֿ זאָל אונטערגײן; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אַחאָבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן און קינד און קײט, צװישן יִשׂרָאֵל.

9 און איך װעל מאַכן דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעְשָא דעם זון פֿון אַחִיָהן. 10 און די הינט װעלן עסן אִיזֶבֿלען אין דעם שטיק לאַנד פֿון יִזרְעֶאל, און קײן באַגרעבער װעט נישט זײַן. און ער האָט געעפֿנט די טיר, און איז אַנטלאָפֿן.

11 און יֵהוּא איז אַרױסגעגאַנגען צו די קנעכט פֿון זײַן האַר; האָט מען צו אים געזאָגט: איז פֿריד? װעגן װאָס איז דער דאָזיקער משוגענער געקומען צו דיר? האָט ער צו זײ געזאָגט: איר קענט דאָך דעם מאַן און זײַן רעדן. 12 האָבן זײ געזאָגט: אַ ליגן! דערצײל אונדז אַקאָרשט. האָט ער געזאָגט: אַזױ און אַזױ האָט ער גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל.

13 האָבן זײ געאײַלט און גענומען איטלעכער זײַן בגד, און אונטערגעלײגט אונטער אים אױף דער אױבערשטער טרעפּ, און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און געזאָגט: יֵהוּא איז מלך!

14 אַזױ האָט יֵהוּא דער זון פֿון יהוֹשָפֿט דעם זון פֿון נִמשין געמאַכט אַ בונט אױף יוֹרָמען. – און יוֹרָם האָט געהאַט געהיט רָמוֹת-גִלעָד פֿון חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם, ער און גאַנץ יִשׂרָאֵל. 15 און דער מלך יהוֹרָם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יִזרְעֶאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַרַמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם. – און יֵהוּא האָט געזאָגט: אױב דאָס איז אײַער װילן, זאָל נישט אַרױס אַן אַנטרונענער פֿון שטאָט צו גײן אָנזאָגן אין יִזרְעֶאל.

16 און יֵהוּא האָט זיך געזעצט אױף אַ רײַטװאָגן, און איז אַװעק קײן יִזרְעֶאל, װײַל יוֹרָם איז דאָרטן געלעגן. און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹרָמען.

17 און דער װעכטער איז געשטאַנען אױף דעם טורעם אין יִזרְעֶאל, און ער האָט געזען די מחנה פֿון יֵהוּאן בײַ זײַן אָנקומען. האָט ער געזאָגט: אַ מחנה זע איך. האָט יהוֹרָם געזאָגט: נעם אַ רײַטער און שיק זײ אַנטקעגן, און זאָל ער זאָגן: איז פֿריד?

18 איז דער רײַטער אױפֿן פֿערד אַװעק אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײַ זיך אױס הינטער מיר. האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט אַזױ צו זאָגן: דער שליח איז אָנגעקומען ביז זײ, אָבער ער קערט זיך נישט צוריק.

19 האָט ער געשיקט אַ צװײטן רײַטער אױף אַ פֿערד. און ער איז געקומען צו זײ, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײַ זיך אױס הינטער מיר.

20 האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: ער איז אָנגעקומען ביז צו זײ, אָבער ער קערט זיך נישט צוריק. און דאָס טרײַבן איז אַזױ װי דאָס טרײַבן פֿון יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין, װאָרעם ער טרײַבט משוּגענערװײַז.

21 האָט יהוֹרָם געזאָגט: שפּאַן אײַן. האָט מען אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און יהוֹרָם דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױס איטלעכער אין זײַן רײַטװאָגן, און זײַנען אַרױס אַנטקעגן יֵהוּאן, און האָבן אים געטראָפֿן אין דעם שטיק לאַנד פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי.

22 און עס איז געװען, װי יהוֹרָם האָט געזען יֵהוּאן, אַזױ האָט ער געזאָגט: איז פֿריד, יֵהוּא? האָט ער געענטפֿערט: װאָס פֿאַר פֿריד, בײַ די זנותן פֿון דײַן מוטער אִיזֶבֿלען און אירע פֿיל כּישופֿן.

23 האָט יהוֹרָם פֿאַרקריװעט זײַנע הענט, און איז אַנטלאָפֿן, און ער האָט געזאָגט צו אַחַזיָהון: באַטרוג, אַחַזיָהו!

24 און יֵהוּא האָט אָנגעצױגן מיט זײַן האַנט דעם בױגן, און האָט געטראָפֿן יהוֹרָמען צװישן זײַנע אָרעמס, און די פֿײַל איז אים אַרױסגעגאַנגען דורכן האַרצן, און ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אין זײַן רײַטװאָגן. 25 האָט ער געזאָגט צו בִדקַר זײַן עלטסטן: נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק פֿעלד פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי. װאָרעם געדענק װי איך און דו זײַנען געריטן בײַנאַנד הינטער זײַן פֿאָטער אַחאָבֿן, און ה׳ האָט אױפֿגעהױבן אױף אים די דאָזיקע נבֿואה: 26 פֿאַר װאָר, איך האָב נעכטן געזען דאָס בלוט פֿון נָבֿוֹתן, און דאָס בלוט פֿון זײַנע קינדער, זאָגט ה׳, און איך װעל דיר אָפּצאָלן אין דעם דאָזיקן שטיק לאַנד, זאָגט ג-ט. און אַצונד נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק לאַנד, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳.

27 און װי אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט דערזען, אַזױ איז ער אַנטלאָפֿן דורך דעם גאָרטנהױז. אָבער יֵהוּא האָט אים נאָכגעיאָגט, און האָט געזאָגט: שלאָגט אים אױך אױפֿן רײַטװאָגן. אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון גור װאָס לעבן יִבֿלְעָם. און ער איז אַנטלאָפֿן קײן מגִדוֹ, און איז דאָרטן געשטאָרבן. 28 און זײַנע קנעכט האָבן אים געבראַכט צופֿירן קײן ירושָלַיִם, און האָבן אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט.

29 און אין עלפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאָבֿן איז אַחַזיָה געװאָרן מלך איבער יהוּדה.

30 און יֵהוּא איז געקומען קײן יִזרְעֶאל. און אִיזֶבֿל האָט דערהערט, און זי האָט אַרױפֿגעטאָן פֿאַרב אױף אירע אױגן, און האָט פֿאַרפּוצט איר קאָפּ, און אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער. 31 און װי יֵהוּא איז אַרײַנגעקומען אין טױער, אַזױ האָט זי געזאָגט: װאָס מאַכט זִמרי דער מערדער פֿון זײַן האַר?

32 האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן פּנים צום פֿענצטער, און האָט געזאָגט: װער איז מיט מיר, װער? האָבן אַרױסגעקוקט צו אים צװײ דרײַ הױפֿדינער. 33 האָט ער געזאָגט: שלײַדערט זי אַראָפּ. און זײ האָבן זי אַראָפּגעשלײַדערט; און פֿון איר בלוט האָט אַרױפֿגעשפּריצט אױף דער װאַנט און אױף די פֿערד. און מע האָט זי צעטרעטן.

34 און ער איז אַרײַנגעגאַנגען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און ער האָט געזאָגט: באַשטאַט, איך בעט אײַך, די דאָזיקע פֿאַרשאָלטענע, און באַגראָבט זי, װאָרעם אַ מלכס טאָכטער איז זי.

35 זײַנען זײ געגאַנגען זי באַגראָבן, אָבער זײ האָבן מער פֿון איר נישט געפֿונען, װי בלױז דעם שאַרבן, און די פֿיס, און די האַנטפֿלעכן. 36 האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן אים דערצײלט. האָט ער געזאָגט: דאָס איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: אין דעם שטיק לאַנד פֿון יִזרְעֶאל װעלן די הינט עסן דאָס פֿלײש פֿון אִיזֶבֿלען. 37 און דער טױטער לײַב פֿון אִיזֶבֿלען װעט זײַן אױפֿן שטיק לאַנד פֿון יִזרְעֶאל אַזױ װי מיסט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אַז מע װעט ניט קענען זאָגן: דאָס איז אִיזֶבֿל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-