Publicidade

2 Reis 2

1 און עס איז געװען, װען ה׳ האָט געזאָלט אַרױפֿנעמען אֵלִיָהון אין אַ שטורעמװינט אױפֿן הימל, זײַנען אֶלישע און אֵלִיָהו געגאַנגען פֿון גִלגָל. 2 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט ביז בֵית-אֵל. האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ האָבן אַראָפּגענידערט קײן בֵית-אֵל.

3 זײַנען אַרױסגעגאַנגען די יונגע נבֿיאים װאָס אין בֵית-אֵל צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט ה׳ אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט.

4 האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: אֶלישע, בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט קײן יריחוֹ. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן. און זײ זײַנען געקומען קײן יריחוֹ.

5 האָבן גענענט די יונגע נבֿיאים װאָס אין יריחוֹ צו אֶלישען, און האָבן צו אים געזאָגט: װײסטו אַז הײַנט נעמט ה׳ אַװעק דײַן האַר פֿון דײַן קאָפּ? האָט ער געזאָגט: יאָ, איך װײס; שװײַגט.

6 האָט אֵלִיָהו צו אים געזאָגט: בלײַב דאָ, איך בעט דיך, װאָרעם ה׳ האָט מיך געשיקט ביזן יַרדן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך פֿאַרלאָזן! און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען.

7 זײַנען פֿופֿציק מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים געגאַנגען, און האָבן זיך געשטעלט אַקעגן איבער פֿון דער װײַטן; און זײ בײדע זײַנען געשטאַנען בײַם יַרדן. 8 האָט אֵלִיָהו גענומען זײַן מאַנטל, און צונױפֿגעװיקלט, און געשלאָגן דאָס װאַסער, און עס האָט זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און זײ זײַנען בײדע אַריבערגעגאַנגען אין טריקעניש. 9 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען, אַזױ האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו אֶלישען: בעט װאָס איך זאָל דיר טאָן, אײדער איך װעל אַװעקגענומען װערן פֿון דיר. האָט אֶלישע געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אַ צװײעדיקער טײל פֿון דײַן גײַסט זײַן אױף מיר.

10 האָט ער געזאָגט: האָסט אַ שװערע זאַך געבעטן. אױב דו װעסט מיך זען װען איך װער אַװעקגענומען פֿון דיר, װעט דיר אַזױ געשען, אױב אָבער נישט, װעט עס נישט געשען.

11 און עס איז געװען, װי זײ גײען אַזױ, גײען און רעדן, ערשט אַ פֿײַערדיקער רײַטװאָגן מיט פֿײַערדיקע פֿערד, און זײ האָבן פֿונאַנדערגעשײדט צװישן זײ בײדן, און אֵלִיָהו איז אַרױף מיט אַ שטורעמװינט אין הימל. 12 און װי אֶלישע האָט עס געזען, אַזױ האָט ער געשריִען: פֿאָטער מײַנער, פֿאָטער מײַנער, רײַטװעגן און רײַטער פֿון יִשׂרָאֵל! און ער האָט אים מער נישט געזען. האָט ער אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן אױף צװײ שטיקער. 13 און ער האָט אױפֿגעהױבן אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט זיך אומגעקערט און זיך געשטעלט בײַם ברעג יַרדן. 14 און ער האָט גענומען אֵלִיָהוס מאַנטל װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אים, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, און האָט געזאָגט: װוּ איז ה׳ אלוקי אֵלִיָהון? און אַז ער אױך האָט געשלאָגן דאָס װאַסער, האָט דאָס װאַסער זיך צעטײלט אַהין און אַהער, און אֶלישע איז אַריבערגעגאַנגען.

15 און די יונגע נבֿיאים װאָס פֿון יריחוֹ האָבן אים געזען פֿון אַ קעגן איבער, און זײ האָבן געזאָגט: דער גײַסט פֿון אֵלִיָהון רוט אױף אֶלישען. און זײ זײַנען אים געקומען אַנטקעגן, און האָבן זיך געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד. 16 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אָט, איך בעט דיך, זײַנען צװישן דײַנע קנעכט פֿופֿציק מאַן, העלדישע יונגען; זאָלן זײ גײן, איך בעט דיך, און זוכן דײַן האַר; טאָמער האָט אים דער גײַסט פֿון ה׳ פֿאַרטראָגן און אים פֿאַרװאָרפֿן אױף אײנעם פֿון די בערג, אָדער אין אײנעם פֿון די טאָלן. האָט ער געזאָגט: איר זאָלט נישט שיקן. 17 זײַנען זײ צוגעשטאַנען צו אים ביז ער האָט זיך געשעמט, און ער האָט געזאָגט: שיקט. און זײ האָבן געשיקט פֿופֿציק מאַן, און זײ האָבן געזוכט דרײַ טעג, און האָבן אים נישט געפֿונען. 18 האָבן זײ זיך אומגעקערט צו אים, װי ער איז געזעסן אין יריחוֹ; און ער האָט צו זײ געזאָגט: האָב איך אײַך נישט געזאָגט: איר זאָלט נישט גײן?

19 און די מענטשן פֿון דער שטאָט האָבן געזאָגט צו אֶלישען: זע נאָר, דער אָרט פֿון דער שטאָט איז אַ גוטער, אַזױ װי מײַן האַר זעט, אָבער דאָס װאַסער איז שלעכט, און דאָס לאַנד פֿאַרװאַרפֿט. 20 האָט ער געזאָגט: ברענגט מיר אַ נײַע שיסל, און טוט אַרײַן אַהין זאַלץ. האָבן זײ עס אים געבראַכט. 21 און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דעם אַרױסגאַנג פֿונעם װאַסער, און האָט אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן זאַלץ, און געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב געהײלט דאָס דאָזיקע װאַסער; מער זאָל פֿון דאָרטן נישט זײַן קײן טױט און קײן פֿאַרװאַרפֿערין. 22 און דאָס װאַסער איז געהײלט געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אַזױ װי דאָס װאָרט װאָס אֶלישע האָט גערעדט.

23 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן בֵית-אֵל. און װי ער גײט אַרױף מיטן װעג, אַזױ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט קלײנע ייִנגלעך, און האָבן געשפּעט פֿון אים, און האָבן צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! גײ אַרױף, פּליכקאָפּ! 24 האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט זײ דערזען, און ער האָט זײ געשלאָגן אין נאָמען פֿון ה׳. זײַנען אַרױסגעקומען צװײ בערינטעס פֿון װאַלד, און האָבן צעריסן פֿון זײ צװײ און פֿערציק קינדער. 25 און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן צום באַרג כַּרמֶל, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך אומגעקערט קײן שוֹמרוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-