Publicidade

1 Crônicas 23

1 און דָוִד איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער האָט געמאַכט זײַן זון שלמהן פֿאַר מלך איבער יִשׂרָאֵל. 2 און ער האָט אײַנגעזאַמלט אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל, און די כּהנים און די לוִיִים. 3 און די לוִיִים זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און זײער צאָל לױט זײערע קעפּ, פֿון די מענער, איז געװען אַכט און דרײַסיק טױזנט. 4 פֿון די דאָזיקע, אױף אױפֿצופּאַסן אױף דער אַרבעט פֿון הױז פֿון ה׳ פֿיר און צװאַנציק טױזנט, און אױפֿזעער און ריכטער, זעקס טױזנט. 5 און פֿיר טױזנט טױערלײַט; און פֿיר טױזנט װאָס זאָלן לױבן ה׳ מיט די כּלֵי-זֶמֶר װאָס איך האָב געמאַכט אױף צו לױבן.

6 און דָוִד האָט זײ אײַנגעטײלט אין אײַנטײלונגען לױט די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹן, קהָת, און מרָרי.

7 פֿון די גֵרשונים: לַעְדָן, און שִמְעִי. 8 די זין פֿון לַעְדָנען: דער הױפּט יחיאֵל, און זֵתָם, און יוֹאֵל – דרײַ. 9 די זין פֿון שִמְעִין: שלוֹמית, און חזיאֵל, און הָרָן – דרײַ. די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן. 10 און די זין פֿון שִמְעִין זײַנען געװען: יַחת, זינאָ, און יְעוש און בריעָה. דאָס זײַנען געװען די פֿיר זין פֿון שִמְעִין.

11 און יַחת איז געװען דער הױפּט, און זיזָה דער צװײטער; און יְעוש און בריעָה האָבן נישט געהאַט פֿיל זין, דערום זײַנען זײ אין דער צײלונג געװען אײן פֿאָטערהױז.

12 די זין פֿון קהָת; עַמרָם, יִצהָר, חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל – פֿיר. 13 די זין פֿון עַמרָמען: אַהרֹן, און משה. און אַהרֹן איז אָפּגעשײדט געװאָרן, כּדי אים צו הײליקן פֿאַר גאָר הײליק, אים און זײַנע זין ביז אײביק, צו דעמפֿן פֿאַר ה׳, אים צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען אײביק. 14 און משה דער מאַן פֿון ג-ט, זײַנע קינדער װערן גערופֿן אױף שבֿט לֵוִי. 15 די זין פֿון משהן זײַנען געװען: גֵרשוֹם, און אֶליעֶזֶר.

16 די זין פֿון גֵרשוֹמען: שבֿואֵל דער הױפּט. 17 און די זין פֿון אֶליעֶזֶרן זײַנען געװען: רחבֿיָה דער הױפּט. און אֶליעֶזֶר האָט נישט געהאַט קײן אַנדערע זין; אָבער די זין פֿון רחבֿיָהן זײַנען געװען פֿיל ביז גאָר. 18 די זין פֿון יִצהָרן זײַנען געװען: שלוֹמית דער הױפּט. 19 די זין פֿון חֶבֿרוֹנען: אירִיָהו, דער הױפּט, אַמַריָה דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, און איקַמעָם דער פֿירטער. 20 די זין פֿון עוזיאֵלן: מִיכָה דער הױפּט, און יִשִיָה דער צװײטער.

21 די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. די זין פֿון מַחלין: אֶלעָזָר, און קיש. 22 און אֶלעָזָר איז געשטאָרבן, און האָט נישט געהאַט קײן זין, נאָר טעכטער; און זײערע אײגענע, די זין פֿון קישן, האָבן זײ גענומען. 23 די זין פֿון מושין זײַנען געװען: מַחלי, און עֵדֶר, און ירֵמוֹת – דרײַ.

24 די דאָזיקע זײַנען געװען די זין פֿון לֵוִין לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער לױט זײערע געצײלטע, נאָך דער צאָל פֿון נעמען לױט זײערע קעפּ, די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. 25 װאָרעם דָוִד האָט געזאָגט: ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט באַרוט זײַן פֿאָלק, און ער רוט אין ירושָלַיִם אױף אײביק; 26 און אױך די לוִיִים דאַרפֿן מער נישט טראָגן דעם מישכּן, און אַלע זײַנע כּלים פֿאַר זײַן דינסט. 27 יאָ, לױט די לעצטע װערטער פֿון דָוִדן איז די צײלונג פֿון די קינדער פֿון לֵוִי געװען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער. 28 װאָרעם זײ האָבן געדאַרפֿט שטײן בײַ דער האַנט פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳, אױף די הױפֿן, און אױף די קאַמערן, און אױף דער רײניקונג פֿון אַלע הײליקע זאַכן, און דער אַרבעט פֿון דעם דינסט פֿון הױז פֿון אלֹקים; 29 און פֿאַר דעם אױסגעלײגטן ברױט, און פֿאַר דעם זעמלמעל פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער, סײַ פֿון אומגעזײַערטע קוכנס, סײַ אין אַ באַקפֿאַן, סײַ אין אַ שמאָרפֿאַן; און פֿאַר יעטװעדער פֿײַכטער און טרוקענער מאָס; 30 און אױף צו שטײן מאָרגן פֿאַר מאָרגן צו דאַנקען און צו לױבן ה׳, און דעסט גלײַכן אין אָװנט; 31 און פֿאַר יעטװעדער אױפֿברענגען פֿון בראַנדאָפּפֿער צו ה׳ אין די שבתים, אום ראָש-חודש, און אין די יוֹם-טובֿים, לױט דער צאָל, אַזױ װי דער דין װעגן זײ, תּמיד, פֿאַר ה׳; 32 און אַז זײ זאָלן היטן די היטונג פֿון דעם אוֹהל-מוֹעד, און די היטונג פֿון דעם הײליקטום, און די היטונג פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן, זײערע ברידער, פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-