Publicidade

1 Crônicas 10

1 און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל, און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 2 און די פּלִשתּים האָבן נאָכגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלִשתּים האָבן דערשלאָגן יוֹנָתָן, און אַבֿינָדָבֿ, און מַלכּי-שועַ, די זין פֿון שָאולן. 3 און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די בױגנשיסערס האָבן אים געפֿונען, און ער האָט געציטערט פֿאַר די שיסערס. 4 און שָאול האָט געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד, און דערשטעך מיך מיט איר, אַז די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן נישט קומען, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט נישט געװאָלט, װאָרעם ער האָט זײער מורא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר. 5 און װי זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען, אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן. 6 אַזױ איז געשטאָרבן שָאול; און זײַנע דרײַ זין און זײַן גאַנץ הױזגעזינט אין אײנעם זײַנען געשטאָרבן.

7 און װי אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אין טאָל האָבן געזען, אַז יענע זײַנען אַנטלאָפֿן, און אַז שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, אַזױ האָבן זײ פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך אין זײ באַזעצט.

8 און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלִשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 9 האָבן זײ אים אױסגעטאָן, און האָבן גענומען זײַן קאָפּ, און זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים רונד אַרום, צו ברענגען די בשׂורה צו זײערע געצנבילדער און צום פֿאָלק. 10 און זײ האָבן אַװעקגעלײגט זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון זײערע ג‑טער, און זײַן שאַרבן האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אין הױז פֿון דָגוֹן.

11 און גאַנץ יָבֵֿש-גִלעָד האָט געהערט אַלץ װאָס די פּלִשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן, 12 און אַלע העלדישע לײַט זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײ האָבן גענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, און זײ געבראַכט קײן יָבֵֿיש; און זײ האָבן באַגראָבן זײערע בײנער אונטער דעם אײכנבױם אין יָבֵֿיש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג.

13 און שָאול איז געשטאָרבן פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט אָן ה׳ פֿון װעגן דעם װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט נישט געהיט, און אױך פֿאַר װאָס שָאול האָט געפֿרעגט בײַ אַ גײַסט צו פֿאָרשן בײַ אים, 14 און נישט געפֿרעגט בײַ ה׳; דערום האָט ער אים געטײט, און האָט אָפּגעקערט די מלוכה צו דָוִד דעם זון פֿון יִשַין.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-