Publicidade

1 Crônicas 16

1 און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים, און האָבן אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם געצעלט װאָס דָוִד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט, און זײ האָבן מקריבֿ געװען בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר ה׳. 2 און אַז דָוִד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און די פֿרידאָפּפֿער, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין נאָמען פֿון ה׳. 3 און ער האָט אױסגעטײלט צו יעטװעדער אײנעם פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ לאַבן ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן.

4 און ער האָט געשטעלט פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳, פֿון די לוִיִים פֿאַר באַדינער, און אױף צו דערמאָנען און דאַנקען און לױבן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: 5 אָסָף דעם הױפּט, און דעם צװײטן צו אים, זכַריָהן, יעִיאֵלן, און שמירָמוֹתן, און יחיאֵלן, און מַתִּתיָהן, און אֶליאָבֿן, און בנָיָהוּן, און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און יעִיאֵלן, מיט גיטאַרן און מיט האַרפֿן; און אָסָף האָט געשפּילט אױף אַ צימבל; 6 און בנָיָהוּ און יַחזיאֵל די כּהנים, מיט טרומײטן תּמיד פֿאַר דעם אָרון פֿון ג-טס ברית.

7 דענצמאָל אין יענעם טאָג האָט דָוִד צוערשט געלאָזט געבן אַ דאַנק צו ה׳, דורך אָסָפֿן און זײַנע ברידער.

8 גיט אַ דאַנק צו ה׳, רופֿט זײַן נאָמען,

לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.

9 23 זינגט צו אים, שפּילט צו אים,

רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.

10 רימט זיך מיט זײַן הײליקן נאָמען;

זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן ה׳.

11 פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

זוכט זײַן פּנים תּמיד.

12 דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן,

זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל,

13 איר זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל זײַן קנעכט,

איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.

14 ער איז ה׳ אלוקינו,

איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים.

15 געדענקט אײביק זײַן ברית,

דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות.

16 װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אבֿרהמען,

און זײַן שבֿועה צו יִצחָקן.

17 און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ,

פֿאַר אַן אײביקן ברית צו יִשׂרָאֵל,

18 אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן,

דעם טײל פֿון אײַער נחלה.

19 אַז איר זײַט געװען געצײלטע מענטשן,

װינציק און פֿרעמדע דערין;

20 און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק,

און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה,

21 האָט ער נישט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן,

און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:

22 איר זאָלט נישט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע,

און מײַנע נבֿיאים נישט בײז טאָן.

23 זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד,

זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.

24 דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,

צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.

25 װאָרעם גרױס איז ה׳ און זײער גערימט,

און ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג‑טער.

26 װאָרעם די ג‑טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק,

און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.

27 גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים,

שטאַרקײט און פֿרײד זײַנען אין זײַן אָרט.

28 גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער,

גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.

29 גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען,

ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט פֿאַר אים,

בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.

30 ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד;

אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען,

31 זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און לוסטיק זײַן די ערד,

און זאָל מען זאָגן צװישן די פֿעלקער: ה׳ טוט קיניגן.

32 זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט,

זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין.

33 דענצמאָל זאָלן זינגען די בײמער פֿון װאַלד פֿאַר ה׳,

װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד.

34 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

35 און זאָגט: העלף אונדז, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,

און זאַמל אונדז אײַן, און זײַ אונדז מציל פֿון די פֿעלקער,

צו לױבן דײַן הײליקן נאָמען,

זיך צו רימען מיט דײַן לױב.

36 ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל

פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט.

און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: אָמן! און האָט געלױבט ה׳.

37 און ער האָט דאָרטן געלאָזן פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אָסָפֿן און זײַנע ברידער צו באַדינען פֿאַרן אָרון תּמיד װי עס איז נײטיק טאָגטעגלעך. 38 און עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און זײערע ברידער, אַכט און זעכציק, און עוֹבֿד-אֶדוֹם דעם זון פֿון ידותונען, און חוֹסָהן, פֿאַר טױערלײַט. 39 און צָדוֹק דעם כּהן, און זײַנע ברידער די כּהנים, פֿאַר דעם מישכּן פֿון ה׳ אױף דער בָמָה װאָס אין גִבֿעוֹן, 40 אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער צו ה׳ אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער תּמיד, אין דער פֿרי און אין אָװנט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון ה׳ װאָס ער האָט באַפֿױלן יִשׂרָאֵל. 41 און מיט זײ זײַנען געװען הֵימָן, און ידותון, און די איבעריקע אױסגעקליבענע װאָס זײַנען געװען אָנגערופֿן מיט נעמען, אױף צו לױבן ה׳, װײַל אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד. 42 און מיט זײ, מיט הֵימָנען און ידותונען, זײַנען געװען טרומײטן און צימבלען צום שפּילן, און כּלֵי-זֶמֶר פֿאַר דעם געזאַנג פֿון האלֹקים; און די זין פֿון ידותונען זײַנען געװען בײַם טױער.

43 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַװעק איטלעכער צו זײַן הױז, און דָוִד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-