Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 107

1 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,

װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,

2 זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון ה׳,

װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,

3 און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט,

פֿון מזרח און פֿון מערבֿ,

פֿון צפֿון און פֿון ים.

4 זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג,

קײן שטאָט פֿון יִשובֿ נישט געפֿונען.

5 הונגעריקע און דאָרשטיקע,

איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.

6 האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,

און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.

7 און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג,

צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.

8 זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,

און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.

9 װאָרעם ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל,

און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.

10 די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן,

געקײט אין פּײַן און אײַזן –

11 װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון אֵל,

און די עצה פֿון דעם עליון געלעסטערט;

12 און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ;

זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און נישט געװען קײן העלפֿער –

13 האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,

און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.

14 ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן,

און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.

15 זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,

און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.

16 װאָרעם ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן,

און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.

17 נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעג

און פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;

18 זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז,

און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט.

19 האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,

און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.

20 ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט,

און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.

21 זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,

און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.

22 און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער,

און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.

23 די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים,

די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן,

24 זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון ה׳,

און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש.

25 װאָרעם ער האָט געהײסן

און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט,

װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן.

26 זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל,

גענידערט ביז די תּהומען,

זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט.

27 זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער,

און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן.

28 האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט,

און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם.

29 ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט,

און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.

30 און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט,

און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.

31 זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד,

און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.

32 און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק,

און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.

33 ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר,

און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;

34 אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש,

פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.

35 ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער,

און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.

36 און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע,

און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.

37 און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער,

װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום.

38 און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער,

און ער לאָזט נישט זײערע בהמות זײַן װינציק.

39 און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן,

פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער.

40 ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן,

און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג.

41 און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט,

און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות.

42 די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך,

און איטלעך אומרעכט מאַכט צו צומאַכן זײַן מױל.

43 װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע,

און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון ה׳.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.