Publicidade

Salmos 113

1 הַלְלוּ יָהּ.

לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,

לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳.

2 זאָל געבענטשט זײַן דער נאָמען פֿון ה׳

פֿון אַצונד און ביז אײביק.

3 פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג

װערט געלױבט דער נאָמען פֿון ה׳.

4 ה׳ איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער,

איבער די הימלען איז זײַן פּראַכט.

5 װער איז װי ה׳ אלוקינו,

װאָס טראָנט אין דער הײך?

6 װאָס קוקט אַראָפּ טיף

אױף די הימלען און אױף דער ערד.

7 ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן,

פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון,

8 צו זעצן מיט פֿירשטן,

מיט די פֿירשטן פֿון זײַן פֿאָלק.

9 ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז

אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער.

הַלְלוּ יָהּ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-