Publicidade

Salmos 116

1 איך ליב ה׳

װײַל ער האט געהערט מײַן קֹול און מײַנע געבעטן.

2 װײַל ער האָט גענײגט זײַן אױער צו מיר,

דערום אין מײַנע טעג װעל איך אים רופֿן.

3 אַרומגערינגלט האָבן מיך די שטריק פֿון טױט,

און אַנגסטן פֿון שְׁאֹול האָבן מיך געטראָפֿן;

לײַד און קומער האָב איך געטראָפֿן.

4 האָב איך דעם נאָמען פֿון ה׳ גערופֿן:

איך בעט דיך, ה׳, מאַך אַנטרינען מײַן זעל.

5 לײַטזעליק איז ה׳ און גערעכט,

און אלוקינו איז דערבאַרעמדיק.

6 ה׳ פֿאַרהיט די אומגעניטע;

איך בין געװען געפֿאַלן, און ער האָט מיך געהאָלפֿן.

7 קער זיך אום, מײַן זעל, צו דײַן רויִקײט.

װאָרעם ה׳ האָט דיר גוטס געטאָן.

8 װאָרעם האָסט אַרױסגעצױגן מײַן זעל פֿון טױט,

פֿון טרערן מײַן אױג,

מײַן פֿוס פֿון שטרױכלונג.

9 איך װעל אומגײן פֿאַר ה׳

אין די לענדער פֿון די לעבעדיקע.

10 איך האָב געגלױבט, װען איך האָב גערעדט:

איך בין געפּלאָגן געװען זײער.

11 איך האָב געזאָגט אין מײַן אַנגסט:

אַלע מענטשן זײַנען פֿאַלש.

12 װי זאָל איך אָפּצאָלן ה׳

אַלע זײַנע טובֿות צו מיר?

13 דעם כָּוס פֿון ישועות װעל איך אױפֿהײבן,

און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן,

14 מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן

אַנטקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק.

15 שװער אין די אױגן פֿון ה׳

איז דער טױט פֿון זײַנע פֿרומע.

16 איך בעט דיך, ה׳, װאָרעם איך בין דײַן קנעכט,

איך בין דײַן קנעכט, דער זון פֿון דײַן דינסט;

האָסט לױזגעמאַכט מײַנע בינדשטריק.

17 איך װעל שלאַכטן צו דיר אַ דאַנקאָפּפֿער,

און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן.

18 מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן

אַנקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק,

19 אין די הױפֿן פֿון ה׳ס הױז,

אין מיטן פֿון דיר, ירושָלַיִם.

הַלְלוּ יָהּ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-