1 פֿון דָוִדן.
לױב, מײַן זעל, ה׳,
און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.
2 לױב ה׳, מײַן זעל,
און זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;
3 דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע,
װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;
4 װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן,
װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרעמונג;
5 װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער,
װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.
6 ה׳ טוט גערעכטיקײטן,
און רעכט צו אַלע געדריקטע.
7 ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן,
די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע מעשׂים.
8 ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק,
אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד.
9 נישט שטענדיק װעט ער קריגן,
און נישט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס.
10 נישט לױט אונדזערע חטאָים האָט ער אונדז געטאָן,
און נישט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן.
11 װאָרעם װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד,
אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסֶד צו די װאָס פֿאָרכטן אים.
12 װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ,
אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן.
13 װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער,
אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.
14 װאָרעם ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג,
ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב.
15 דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג,
װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער.
16 װאָרעם אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז נישטאָ,
און זײַן אָרט דערקענט אים נישט מער.
17 אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק
אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;
18 צו די װאָס היטן זײַן ברית
און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
19 ה׳ האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן,
און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.
20 לױבט ה׳, זײַנע מלאָכים,
איר שטאַרקע גיבוֹרים װאָס טוט זײַן װאָרט,
בײַם הערן דעם קֹול פֿון זײַן װאָרט.
21 לױבט ה׳, אַלע זײַנע חײלות,
זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון.
22 לױבט ה׳, אַלע זײַנע װערק,
אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט;
לױב ה׳, מײַן זעל.