Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 46

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.

2 אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט,

אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.

3 דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן,

װען די ערד זאָל זיך בײַטן,

און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן

אין האַרצן פֿון ים.

4 מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן,

מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט.

סֶלָה.

5 אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון אלֹקים,

די הײליקסטע װױנונג פֿון עליון.

6 אלֹקים איז אין איר מיטן, זי װעט נישט אומפֿאַלן,

אלֹקים װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן.

7 פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן;

ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול, טוט זיך װאַקלען די ערד.

8 מיט אונדז איז ה׳ צבָֿאוֹת,

אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ.

סֶלָה.

9 גײט זעט די אױפֿטוען פֿון ה׳,

װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד.

10 ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד,

דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז;

רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער.

11 לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין אלֹקים,

איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער,

דערהױבן אױף דער ערד.

12 ה׳ צבָֿאוֹת איז מיט אונדז,

אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ.

סֶלָה.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.