Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 72

1 פֿון שלמהן.

אלֹקים, גיב דײַנע משפּטים צום מלך,

און דײַן גערעכטיקײט צום מלכס זון;

2 ער זאָל משפּטן דײַן פֿאָלק מיט רעכטפֿאַרטיקײט,

און דײַנע אָרימע לױט רעכט.

3 די בערג זאָלן טראָגן שלום צום פֿאָלק,

און די הײכן דורך גערעכטיקײט.

4 ער זאָל משפּטן די אָרימע פֿון פֿאָלק,

ער זאָל העלפֿן די קינדער פֿון אבֿיון,

און צעדריקן דעם רױבער.

5 מע זאָל דיך פֿאָרכטן װי לאַנג די זון װעט זײַן,

און אַזױ װי די לבֿנה, אױף דור-דורות.

6 ער זאָל נידערן װי רעגן אױף געשניטן גראָז,

װי שפּרײרעגן װאָס באַגיסט די ערד.

7 בליִען אין זײַנע טעג זאָל דער צדיק,

און אַ שפֿע פֿון פֿריד ביז די לבֿנה װעט מער נישט זײַן.

8 און ער זאָל געװעלטיקן פֿון ים ביז ים,

און פֿון דעם טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד.

9 פֿאַר אים זאָלן קניִען די מדבר-לײַט,

און זײַנע פֿײַנט זאָלן לעקן דעם שטױב.

10 די מלכים פֿון תַּרְשִיש און די אינדזלען זאָלן מִנְחָה ברענגען,

די מלכים פֿון שבֿאָ און סבֿאָ זאָלן מתָּנות ברענגען.

11 און בוקן זאָלן זיך פֿאַר אים אַלע מלכים,

אַלע פֿעלקער זאָלן אים דינען.

12 װאָרעם ער װעט מציל זײַן דעם אבֿיון װאָס שרײַט,

און דעם אָרעמאַן װאָס האָט נישט קײן העלפֿער.

13 ער װעט זיך דערבאַרעמען אױפֿן אָרעמאַן און אבֿיון,

און די נפֿשות פֿון די אבֿיוֹנים װעט ער העלפֿן.

14 פֿון דריקונג און פֿון רױב װעט ער אױסלײזן זײער זעל,

און טײַער װעט זײַן זײער בלוט אין זײַנע אױגן.

15 דערום זאָל ער לעבן,

און מע זאָל אים געבן פֿון דעם גאָלד פֿון שבֿאָ;

און מע זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אים תּמיד,

אַ גאַנצן טאָג זאָל מען אים בענטשן.

16 ער זאָל זײַן װי אַ גערעטעניש פֿון תּבֿואה אין לאַנד,

אױף די שפּיץ בערג זאָל רױשן װי דער לבֿנוֹן זײַן פֿרוכט;

און זײ זאָלן שפּראָצן פֿון דער שטאָט

אַזױ װי גראָז פֿון דער ערד.

17 זײַן נאָמען זאָל זײַן אײביק,

אַזױ לאַנג װי די זון זאָל בליִען זײַן נאָמען,

און מע זאָל זיך בענטשן מיט אים;

אַלע פֿעלקער זאָלן אים רימען.

18 ברוך ה׳ אלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל,

װאָס ער אַלײן טוט װוּנדער;

19 און געלױבט זײַן פּראַכטיקער נאָמען אױף אײביק;

און די גאַנצע ערד זאָל אָנגעפֿילט װערן מיט זײַן פּראַכט.

אָמן און אָמן!

20 געענדיקט די תּפֿילות פֿון דָוִד דעם זון פֿון יִשַין.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também