1 הַלְלוּ יָהּ.
לױב ה׳, מײַן זעל;
2 איך װעל לױבן ה׳ כּל-זמן איך לעב,
איך װעל זינגען צו ה׳ װי לאַנג איך בין.
3 איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן,
אױף אַ מענטשנקינד װאָס נישטאָ בײַ אים קײן הילף.
4 גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב;
אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען.
5 װױל צו דעם װאָס דער אֵל פֿון יעקבֿ איז זײַן הילף,
װאָס זײַן אױסקוק איז אױף ה׳ זײַן ג-ט,
6 װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד,
דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ;
דער װאָס היט טרײַשאַפֿט אױף אײביק;
7 װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע,
װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע.
ה׳ בינדט אָפּ די געבונדענע,
8 ה׳ מאַכט זעעדיק די בלינדע,
ה׳ שטעלט אױף די געבױגענע,
ה׳ האָט ליב די גערעכטע.
9 ה׳ באַהיט די פֿרעמדע;
דעם יתום און די אַלמנה ריכט ער אױף,
און דעם װעג פֿון די רשעים פֿאַרדרײט ער.
10 ה׳ װעט קיניגן אױף אײביק,
דײַן ג-ט, צִיוֹן, אױף דור-דורות.
הַלְלוּ יָהּ.