1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
אלֹקים פֿון מײַן לױב, זאָלסט נישט שװײַגן.
2 װאָרעם אַ בײז מױל און אַ מױל פֿון באַטרוג
האָבן זײ געעפֿנט אױף מיר;
זײ האָבן גערעדט צו מיר מיט אַ צונג פֿון ליגן.
3 און מיט רײד פֿון שׂינאה האָבן זײ מיך אַרומגערינגלט,
און געשטריטן קעגן מיר פֿאַר אומזיסט,
4 פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט פֿײַנטן זײ מיך,
בעת איך בין לױטער געבעט.
5 און זײ האָבן מיר אָפּגעטאָן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,
און שׂינאה פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט.
6 זעץ אָן אױף אים אַ רשע,
און אַן אָנקלאָגער זאָל שטײן בײַ זײַן רעכטער זײַט.
7 אַז ער װערט געמשפּט, זאָל ער אַרױסגײן שולדיק,
און זײַן תּפֿילה זאָל װערן צו זינד.
8 זײַנע טעג זאָלן זײַן װינציק,
זײַן אָפּגעשפּאָרטס זאָל צונעמען אַן אַנדערער.
9 זײַנע קינדער זאָלן װערן יתומים,
און זײַן װײַב אַן אַלמנה.
10 און װאָגלען זאָלן װאָגלען זײַנע קינדער, און בעטלען,
און זוכן ברױט פֿון זײערע חורבֿות אַרױס.
11 פֿאַרנעמען זאָל אַ בַעַל-חובֿ אַלץ װאָס ער האָט,
און פֿרעמדע זאָלן אַװעקרױבן זײַן מי.
12 קײנער זאָל נישט נײַגן צו אים גענאָד,
און קײנער זאָל נישט לײַטזעליקן זײַנע יתומים.
13 זײַן נאָכקום זאָל פֿאַרשניטן װערן;
אין אַנדער דור זאָל זײער נאָמען זײַן אױסגעמעקט.
14 זאָל די זינד פֿון זײַנע פֿאָטערס דערמאָנט װערן פֿאַר ה׳,
און דער חטא פֿון זײַן מוטער זאָל נישט פֿאַרמעקט װערן;
15 זײ זאָלן זײַן אַנטקעגן ה׳ תּמיד,
און ער זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.
16 פֿאַר װאָס ער האָט נישט געדאַכט צו טאָן חֶסֶד,
און ער האָט גערודפֿט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
און דעם װאָס זײַן האַרץ איז באַטריבט, צו טײטן.
17 יאָ, ער האָט ליב געהאַט די קללה,
טאָ זאָל זי אים אָנקומען;
און ער האָט נישט געװוּנטשן קײן ברכה,
טאָ זאָל זי װײַט זײַן פֿון אים.
18 און ער האָט אָנגעטאָן די קללה װי זײַן קלײד,
טאָ זאָל זי אַרײַן װי װאַסער אין זײַנע אינגעװײד,
און װי אײל אין זײַנע בײנער.
19 זאָל זי אים זײַן װי אַ בגד װאָס ער טוט אָן,
און פֿאַר אַ גאַרטל זאָל ער עס אָנגורטן תּמיד.
20 דאָס זאָל זײַן דער לױן פֿון ה׳ צו מײַנע שָׂונאים,
און צו די װאָס רעדן בײז אַקעגן מײַן זעל.
21 און דו ה׳ אֲדֹנָי, טו מיט מיר פֿון דײַן נאָמען װעגן,
װײַל דײַן חֶסֶד איז גוט, זײַ מיך מציל.
22 װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך,
און מײַן האַרץ איז צעלעכערט אין מיר.
23 אַזױ װי אַ שאָטן װען ער נײַגט זיך, פֿאַרגײ איך,
איך בין אָפּגעטרײסלט געװאָרן װי אַ הײשעריק.
24 מײַנע קני שטרױכלען פֿון פֿאַסטן,
און מײַן לײַב איז אָפּגעצערט, אָן פֿעטקײט.
25 און איך בין געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײ,
אַז זײ זעען מיך, שאָקלען זײ זײער קאָפּ.
26 שטײ מיר בײַ, ה׳ מײַן ג-ט,
העלף מיך לױט דײַן גענאָד.
27 און זאָלן זײ װיסן אַז דאָס איז דײַן האַנט,
אַז דו, ה׳, האָסט דאָס געטאָן.
28 זאָלן זײ שילטן, און דו זאָלסט בענטשן;
אַז זײ שטײען אױף, זאָלן זײ פֿאַרשעמט װערן,
און דײַן קנעכט זאָל זיך פֿרײען.
29 זאָלן מײַנע פֿײַנט זיך באַקלײדן מיט שאַנד,
און אָנטאָן װי אַ מאַנטל זײער בושה.
30 איך װעל געבן גרױס דאַנק צו ה׳ מיט מײַן מױל,
און צװישן פֿיל מענטשן װעל איך אים לױבן.
31 װאָרעם ער שטײט בײַ דער רעכטער האַנט פֿון באַדערפֿטיקן,
צו העלפֿן פֿון די װאָס פֿאַרמשפּטן זײַן זעל.