1 הַלְלוּ יָהּ.
איך װעל לױבן ה׳ מיטן גאַנצן האַרצן,
אין אַ געזעמל פֿון רעכטפֿאַרטיקע און אַן עדה.
2 די װערק פֿון ה׳ זײַנען גרױס,
זײ װערן געפֿאָרשט פֿון אַלע װאָס גאַרן זײ.
3 פּראַכט און שײנקײט איז זײַן טוּונג,
און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.
4 ער האָט געמאַכט אַן אָנדענק פֿאַר זײַנע װוּנדער;
ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק.
5 ער גיט שפּײַז צו די װאָס פֿאָרכטן אים,
ער געדענקט אױף אײביק זײַן ברית.
6 די שטאַרקײט פֿון זײַנע װערק האָט ער געװיזן זײַן פֿאָלק,
כּדי זײ צו געבן די אַרב פֿון די פֿעלקער.
7 די װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען אמת און גערעכטיקײט,
זיכער זײַנען אַלע זײַנע באַפֿעלן;
8 אױפֿגעהאַלטן אױף אײביק און שטענדיק,
געמאַכט מיט אמת און יושר.
9 אַן אױסלײזונג האָט ער געשיקט צו זײַן פֿאָלק;
ער האָט באַפֿױלן אױף אײביק זײַן ברית;
הײליק און פֿאָרכטיק איז זײַן נאָמען.
10 דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳;
װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס.
זײַן לױב באַשטײט אײביק.