1 פֿאַר װאָס רודערן די פֿעלקער,
און די אומות טוען ברומען אומנישט?
2 די מלכים פֿון דער ערד שטעלן זיך אױף,
און די פֿירשטן עצהן זיך אין אײנעם
אױף ה׳ און אױף זײַן געזאַלבטן:
3 לאָמיר צערײַסן זײערע בינד,
און אַראָפּװאַרפֿן פֿון אונדז זײערע שטריק.
4 דער װאָס זיצט אין הימל לאַכט,
אֲדֹנָי טוט שפּעטן פֿון זײ.
5 דענצמאָל װעט ער רעדן צו זײ אין זײַן כּעס,
און אין זײַן גרימצאָרן װעט ער זײ דערשרעקן:
6 דאָס האָב איך דאָך אױפֿגעשטעלט מײַן מלך
אױף צִיוֹן מײַן הײליקן באַרג.
7 לאָמיר דערצײלן פֿון דער באַשערונג:
ה׳ האָט מיר געזאָגט:
מײַן זון ביסטו,
איך האָב הײַנט דיך געבאָרן.
8 בעט בײַ מיר, און איך װעל געבן פֿעלקער פֿאַר דײַן אַרב,
און פֿאַר דײַן אײגנטום די עקן פֿון דער ערד.
9 װעסט זײ צעברעכן מיט אַן אײַזערנער רוט,
װי אַ טעפּערגעפֿעס זײ צעפּיצלען.
10 און אַצונד, איר מלכים, באַטראַכט,
לאָזט אײַך לערנען, איר ריכטער פֿון דער ערד.
11 דינט ה׳ מיט מורא,
און שױדערט אין ציטערניש.
12 קישט דעם זון, כּדי ער זאָל נישט צערענען,
און איר װעט אומקומען פֿון דעם װעג,
אַז זײַן כּעס װעט זיך אָנצינדן באַלד;
װױל איז צו אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.