1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.
2 באַקאַנט אין יהוּדה איז אלֹקים,
גרױס איז זײַן נאָמען אין יִשׂרָאֵל.
3 און אין שָלֵם איז זײַן בײַדל,
און זײַן װױנונג אין צִיוֹן.
4 דאָרטן האָט ער צעבראָכן די בליציקע פֿײַלן פֿון בױגן,
דעם שילד און די שװערד און מלחמה.
סֶלָה.
5 ליכטיק ביסטו, מאַכטיקער,
פֿון די בערג פֿון פֿאַרצוקונג;
6 די שטאַרק-האַרציקע זענען באַרױבט,
זײ האָבן אײַנגעשלאָפֿן אין זײער שלאָף;
און אַלע העלדן האָבן נישט געקענט געפֿינען זײערע הענט.
7 פֿון דײַן אָנגעשרײ, אלוקי יעקבֿ,
איז אַנטשלומערט געװאָרן אי רײַטער אי פֿערד.
8 דו ביסט פֿאָרכטיק, דו,
און װער קען באַשטײן פֿאַר דיר,
װי באַלד דו ביסט אין כּעס?
9 פֿון הימל האָסטו געלאָזט הערן אַ דין,
די ערד האָט מורא געקריגן און איז שטיל געװאָרן,
10 אַז אלֹקים איז אױפֿגעשטאַנען צום משפּט,
צו העלפֿן אַלע געדריקטע פֿון דער ערד.
סֶלָה.
11 פֿאַר װאָר, די גרימצאָרנדיקע װעלן דיך לױבן,
דעם איבערבלײַב פֿון גרימצאָרן װעסטו אײַנצאַמען.
12 טוט אַ נדר און באַצאָלט צו ה׳ אלוקיכם;
אַלע אַרום אים זאָלן ברענגען מתָּנות צום געפֿאָרכטן.
13 ער האַלט אײַן דאָס געמיט פֿון פֿירשטן,
ער איז פֿאָרכטיק פֿאַר אַלע מלכים פֿון דער ערד.