1 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
2 גיט אַ דאַנק צו אלֹקים פֿון די ג‑טער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
3 גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
4 צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
5 צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
6 צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
7 צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
8 די זון פֿאַר געװעלטיקונג בײַ טאָג,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
9 די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען בײַ נאַכט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
10 צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מִצרַיִם אין זײערע בכוֹרים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
11 און אַרױסגעצױגן יִשׂרָאֵל פֿון צװישן זײ,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
12 מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
13 צו דעם װאָס האָט צעשניטן דעם ים-סוףֿ אין שטיקער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
14 און דורכגעפֿירט יִשׂרָאֵל אין מיטן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
15 און אַרײַנגעטרײסלט פַּרעהן און זײַן חיל אין ים-סוףֿ,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
16 צו דעם װאָס האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק אין דער מדבר,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
17 צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
18 און געהרגעט שטאַרקע מלכים,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
19 סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
20 און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
21 און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
22 אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן קנעכט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
23 צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
24 און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
25 װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
26 גיט אַ דאַנק צום אֵל פֿון די הימלען,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.