Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 83

1 אַ געזאַנג, אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

2 אלֹקים, נישט זײַ שטיל,

זאָלסט נישט פֿאַרשװײַגן און נישט רוען, אֵל.

3 װאָרעם זע, דײַנע פֿײַנט טומלען,

און דײַנע שָׂונאים הײבן אױף דעם קאָפּ.

4 אַקעגן דײַן פֿאָלק סוֹדען זײ זיך ליסטיק,

און זײ עֵצהן זיך אַקעגן דײַנע באַשיצטע.

5 זײ האָבן געזאָגט: קומט,

און לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן פֿון זײַן אַ פֿאָלק,

אַז מער זאָל נישט געדאַכט װערן דער נאָמען יִשׂרָאֵל.

6 װאָרעם זײ האָבן געהאַלטן אַן עצה מיט אײן האַרצן,

קעגן דיר אַ ברית טוען זײ שליסן.

7 די געצעלטן פֿון אֶדוֹם, און די יִשמָעֵאלים,

מוֹאָבֿ, און די הַגרים;

8 גבֿל, און עַמוֹן, און עַמָלֵק,

פּלֶשֶת מיט די באַװױנער פֿון צוֹר.

9 אױך אשור האָט זיך באַהעפֿט מיט זײ;

זײ זײַנען אַן אָרעם צו די קינדער פֿון לוֹט.

סֶלָה.

10 טו צו זײ אַזױ װי צו מִדיָן,

װי צו סיסראן, װי צו יבֿינען בײַם טײַך קישון,

11 װאָס זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן אין עֵין-דֹאר,

געװאָרן װי מיסט אױף דער ערד.

12 מאַך זײערע אַדללײַט װי עוֹרֵבֿ און װי זאבֿ,

און װי זֶבַֿח און װי צלמונע, אַלע זײערע פֿירשטן;

13 די װאָס זאָגן: לאָמיר יַרשען פֿאַר אונדז

די װױנונגען פֿון אלֹקים.

14 מײַן ג-ט, מאַך זײ װי װירבלשטױב,

װי שפּרײ פֿאַרן װינט.

15 װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרברענט אַ װאַלד,

און װי אַ פֿלאַם װאָס צעפֿלאַקערט די בערג,

16 אַזױ זאָלסטו זײ נאָכיאָגן מיט דײַן שטורעם,

און מיט דײַן געװיטער זײ דערשרעקן.

17 פֿיל זײער פּנים מיט שאַנד,

אַז זײ זאָלן זוכן דײַן נאָמען, ה׳.

18 זאָלן זײ פֿאַרשעמט און דערשראָקן װערן אױף אײביק,

און זאָלן זײ צו שאַנד װערן און אונטערגײן.

19 און זאָלן זײ װיסן אַז דו אַלײן װאָס דײַן נאָמען איז ה׳,

ביסט דער עליון איבער דער גאַנצער ערד.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também