1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
ה׳, נישט האָפֿערדיק איז מײַן האַרץ,
און נישט דערהױבן זײַנען מײַנע אױגן,
און איך בין נישט אומגעגאַנגען מיט זאַכן
צו גרױס און פֿאַרהױלן פֿון מיר.
2 פֿאַר װאָר, איך האָב באַרוט און אײַנגעשטילט מײַן זעל
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער בײַ זײַן מוטער;
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער איז בײַ מיר מײַן זעל.
3 האַר, יִשׂרָאֵל, אױף ה׳
פֿון אַצונד און ביז אײביק.