Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 8

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 ה׳ אונדזער האַר,

װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד,

אַז דער לױב פֿון דײַן גלאַנץ איז איבער די הימלען!

3 פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקע

האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן מאַכט;

פֿון װעגן דײַנע פֿײַנט –

כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער.

4 אַז איך זע די הימלען, דאָס װערק פֿון דײַנע פֿינגער,

די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט –

5 װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען?

און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?

6 װאָרעם האָסט אים געמאַכט שיר נישט מינער פֿון אלֹקים,

און מיט כּבֿוד און שײנקײט באַקרײנסטו אים.

7 מאַכסט אים געװעלטיקן איבער די װערק פֿון דײַנע הענט,

אַלצדינג האָסטו געלײגט אונטער זײַנע פֿיס;

8 שאָף און רינדער אַלע,

און אַפֿילו חיות פֿון פֿעלד;

9 דעם פֿױגל פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים –

װאָס נאָר עס ציט דורך די שטעגן פֿון ימען.

10 ה׳ אונדזער האַר,

װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também