Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 62

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 נאָר צו אלֹקים טוט האַרן מײַן זעל,

פֿון אים איז מײַן הילף.

3 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן שטאַרק.

4 ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן?

איר אַלע טוט הרגען

װי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע,

װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע.

5 רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן;

זײ האָבן הנאה פֿון ליגן;

מיט זײער מױל בענטשן זײ,

און אין זיך שילטן זײ.

סֶלָה.

6 נאָר צו אלֹקים, טו האַרן, מײַן זעל,

װאָרעם פֿון אים איז מײַן האָפֿונג.

7 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.

8 בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;

דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.

9 פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק,

גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ;

אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג.

סֶלָה.

10 בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער,

אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט;

װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן,

זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך.

11 איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף רױב,

און נישט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך.

אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט,

זאָלט איר נישט לײגן קײן אַכט.

12 אײן מאָל האָט אלֹקים גערעדט,

צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט,

אַז שטאַרקײט איז בײַ אלֹקים.

13 און בײַ דיר, אָ אֲדֹנָי, איז גענאָד,

װאָרעם דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.