1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן פּאַסטוך,
מיר װעט נישט פֿעלן.
2 אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך לײגן,
בײַ רויִקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן.
3 ער דערקװיקט מײַן זעל;
ער פֿירט מיך אין ריכטיקע שטעגן
פֿון װעגן זײַן נאָמען.
4 אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן,
האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז,
װאָרעם דו ביסט מיט מיר;
דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.
5 דו גרײטסט פֿאַר מיר אַ טיש
אַנטקעגן מײַנע פֿײַנט;
האָסט באַזאַלבט מיט אײל מײַן קאָפּ,
מײַן כָּוס לױפֿט אַריבער.
6 נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן
אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,
און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז
אױף לאַנגע טעג.