Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 145

1 אַ לױבונג פֿון דָוִדן.

איך װעל דיך דערהײבן, מײַן ג-ט דער קיניג,

און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.

2 אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן,

און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.

3 גרױס איז ה׳ און זײער גערימט,

און זײַן גרױסקײט איז נישט צו דערפֿאָרשן.

4 אַ דור צו אַ דור װעט לױבן דײַנע מעשׂים,

און דײַנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן.

5 די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון דײַן גלאַנץ,

און די מעשׂיות פֿון דײַנע װוּנדער װעל איך דערצײלן.

6 און פֿון דער שטאַרקײט פֿון דײַנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן,

און דײַן גרױסקײט, זי װעל איך פֿאַרצײלן.

7 די דערמאָנונג פֿון דײַן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן,

און דײַן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען.

8 לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק איז ה׳,

אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד.

9 גוט איז ה׳ צו אַלעמען,

און זײַן רַחמָנות איז אױף אַלע זײַנע װערק.

10 דיך װעלן לױבן, ה׳, אַלע דײַנע װערק,

און דײַנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן.

11 די פּראַכט פֿון דײַן מלוכה װעלן זײ דערצײלן,

און פֿון דײַן גבֿורה װעלן זײ רעדן;

12 צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער זײַנע גבֿורות,

און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון זײַן מלוכה.

13 דײַן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן,

און דײַן געװעלטיקונג איז אין אַלע דור-דורות.

14 ה׳ לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע,

און שטעלט אױף אַלע געבױגענע.

15 די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר,

און דו גיסט זײ זײער עסן אין זײַן צײַט.

16 עפֿנסט דײַן האַנט,

און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט.

17 גערעכט איז ה׳ אין אַלע זײַנע װעגן,

און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים.

18 ה׳ איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים,

צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת.

19 ער טוט דעם רָצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים,

און זײער געשרײ הערט ער צו, און העלפֿט זײ.

20 ה׳ באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב,

און אַלע רשעים װעט ער פֿאַרטיליקן.

21 דעם לױב פֿון ה׳ זאָל רעדן מײַן מױל,

און יעטװעדער לײַב זאָל בענטשן זײַן הײליקן נאָמען

אײביק און שטענדיק.

Veja também