Publicidade

1 Crônicas 24

1 און די אײַנטײלונגען פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן זײַנען געװען: די זין פֿון אַהרֹנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 2 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן אײדער זײער פֿאָטער, און קײן קינדער האָבן זײ נישט געהאַט, זײַנען אֶלעָזָר און איתָמָר געװען כּהנים. 3 און דָוִד, און צָדוֹק פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, און אַחימֶלֶך פֿון די קינדער פֿון איתָמָר, האָבן זײ אײַנגעטײלט לױט זײער רײ אין זײער דינסט. 4 און פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר האָבן זיך געפֿונען מער הױפּטמענער װי פֿון די קינדער פֿון איתָמָר; און מע האָט זײ אַזױ אײַנגעטײלט: פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר זעכצן הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, און פֿון די קינדער פֿון איתָמָר, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, אַכט. 5 און מע האָט זײ אײַנגעטײלט לױט גורל, די אַזױ װי יענע, װאָרעם עס זײַנען געװען פֿירשטן פֿון הײליקטום, און פֿירשטן פֿון האלֹקים, אי פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, אי פֿון די קינדער פֿון איתָמָר. 6 און שמַעיָה דער זון פֿון נתַנאֵלן, דער שרײַבער, פֿון לֵוִי, האָט זײ פֿאַרשריבן פֿאַר דעם מלך, און די האַרן, און צָדוֹק דעם כּהן, און אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אֶבֿיָתָרן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים: אײן פֿאָטערהױז גענומען פֿון אֶלעָזָר, און אײנס גענומען פֿון איתָמָר.

7 און דער ערשטער גורל איז אַרױסגעגאַנגען אױף יהוֹיָריבֿן, דער צװײטער אױף ידַעְיָהן; 8 דער דריטער אױף חָרִמען, דער פֿירטער אױף שׂעוֹרימען; 9 דער פֿינפֿטער אױף מַלכִּיָהן, דער זעקסטער אױף מִיָמִנען; 10 דער זיבעטער אױף הַקוֹצן, דער אַכטער אױף אַבֿיָהן; 11 דער נײַנטער אױף יֵשועַן, דער צענטנער אױף שכַניָהון; 12 דער עלפֿטער אױף אֶליָשיבֿן, דער צװעלפֿטער אױף יָקימען; 13 דער דרײַצנטער אױף חופּהן, דער פֿערצנטער אױף יֶשֶבֿאָבֿן; 14 דער פֿוצנטער אױף בלגָהן, דער זעכצנטער אױף אִמֵרן; 15 דער זיבעצנטער אױף חֵזירן, דער אַכצענטער אױף הַפּצֵצן; 16 דער נײַנצנטער אױף פּתַחיָהן, דער צװאַנציקסטער אױף יחֶזקֵאלן; 17 דער אײן און צװאַנציקסטער אױף יָכינען, דער צװײ און צװאַנציקסטער אױף גַמולן; 18 דער דרײַ און צװאַנציקסטער אױף דלָיָהון, דער פֿיר און צװאַנציקסטער אױף מַעַזיָהון. 19 דאָס איז געװען זײער רײ אין זײער דינסט, צו קומען אין הױז פֿון ה׳ לױט דעם געזעץ צו זײ דורך דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער אַהרֹנען, אַזױ װי ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט אים באַפֿױלן.

20 און פֿון די איבעריקע קינדער פֿון לֵוִי: פֿון די זין פֿון עַמרָמען, שובֿאֵל; פֿון די זין פֿון שובֿאֵלן, יֶחדְיָהו. 21 פֿון רחבֿיָהון: פֿון די זין פֿון רחבֿיָהון, דער הױפּט יִשִיָה. 22 פֿון די יִצהָרים, שלוֹמוֹת; פֿון די זין פֿון שלוֹמוֹת, יַחת. 23 און די זין פֿון חֶבֿרוֹנען, אירִיָהו, אַמַריָהו דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, איקַמעָם דער פֿירטער. 24 די זין פֿון עוזיאֵלן, מִיכָה; פֿון די זין פֿון מִיכָהן, שָמיר. 25 דער ברודער פֿון מִיכָה, יִשִיָה; פֿון די זין פֿון יִשִיָהן, זכַריָהו. 26 די זין פֿון מרָרין, מַחלי, און מושי; די זין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון – 27 די קינדער פֿון מרָרין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון, שוֹהַם, און זַכּור, און עִבֿרי. 28 פֿון מַחלין, אֶלעָזָר; און ער האָט נישט געהאַט קײן זין. 29 פֿון קישן, די זין פֿון קישן, ירַחמְאֵל. 30 און די זין פֿון מושין, מַחלי, און עֵדֶר, און ירימוֹת. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון די לוִיִים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. 31 און זײ אױך האָבן געװאָרפֿן גורל אַזױ װי זײערע ברידער, די קינדער פֿון אַהרֹן, פֿאַר דעם מלך דָוִד, און צָדוֹקן, און אַחימֶלֶכן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים; די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם הױפּט אַזױ װי זײַן ייִנגסטער ברודער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-