Publicidade

1 Crônicas 14

1 און חורָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט שלוחים צו דָוִדן מיט צעדערהאָלץ און מױערמײַנסטערס און האָלצמײַנסטערס, אים צו בױען אַ הױז. 2 און דָוִד האָט געװוּסט אַז ה׳ האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, װאָרעם זײַן מלוכה איז געװען הױך דערהױבן, פֿון װעגן זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.

3 און דָוִד האָט גענומען נאָך װײַבער אין ירושָלַיִם, און דָוִד האָט געבאָרן נאָך זין און טעכטער. 4 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די קינדער װאָס ער האָט געהאַט אין ירושָלַיִם: שַמוּעַ, און שוֹבֿבֿ, נָתָן, און שלמה; 5 און יִבֿחָר, און אֶלישוּעַ, און אֶלפּלֶט; 6 און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; 7 און אֶלישָמָע, און בעֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט.

8 און די פּלִשתּים האָבן געהערט אַז דָוִד איז געזאַלבט געװאָרן פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און אַלע פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן דָוִדן. האָט דָוִד געהערט, און ער איז אַרױס זײ אַנטקעגן.

9 און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים.

10 האָט דָוִד געפֿרעגט בײַ אלֹקים, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אױף די פּלִשתּים? און װעסטו זײ געבן אין מײַן האַנט? האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און איך װעל זײ געבן אין דײַן האַנט.

11 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַעַל-פּרָצים, און דָוִד האָט זײ דאָרטן געשלאָגן; און דָוִד האָט געזאָגט: האלֹקים האָט דורכגעבראָכן מײַנע פֿײַנט מיט מײַן האַנט, אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בַעַל-פּרָצים.

12 און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע אָפּגעטער; האָט דָוִד געהײסן, און זײ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן אין פֿײַער.

13 און די פּלִשתּים האָבן זיך װידער אַ מאָל פֿאַרשפּרײט אין טאָל. 14 האָט דָוִד װידער געפֿרעגט בײַ אלֹקים, און האלֹקים האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט אַרױפֿגײן נאָך זײ; דרײַ זיך אַװעק פֿון זײ, און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבױמער. 15 און עס װעט זײַן, װי דו װעסט הערן אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די מױלבערבױמער, דענצמאָל זאָלסטו אַרױסגײן אין מלחמה, װאָרעם דאָס איז האלֹקים אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס צו שלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים.

16 און דָוִד האָט געטאָן אַזױ װי האלֹקים האָט אים באַפֿױלן, און זײ האָבן געשלאָגן דעם חיל פֿון די פּלִשתּים פֿון גִבֿעוֹן און ביז גֶזֶר.

17 און דָוִדס שם איז אַרױס אין אַלע לענדער, און ה׳ האָט געגעבן זײַן מורא אױף אַלע פֿעלקער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-