1 און דָוִד האָט געהאַלטן אַן עצה מיט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און פֿון די הונדערטן, מיט איטלעכן אָנפֿירער. 2 און דָוִד האָט געזאָגט צו דער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל: אױב אײַך איז װױלגעפֿעלן, און עס איז פֿון ה׳ אלוקינו, לאָמיר ברײט פֿונאַנדערשיקן צו אונדזערע איבעריקע ברידער אין אַלע לענדער פֿון יִשׂרָאֵל, און צוגלײַך מיט זײ צו די כּהנים און צו די לוִיִים װאָס זײַנען אין זײערע שטעט מיט די פֿרײַע פּלעצער, אַז זײ זאָלן זיך אױפֿקלײַבן צו אונדז. 3 און לאָמיר אַריבערברענגען דעם אָרון פֿון אלוקינו צו אונדז, װאָרעם מיר האָבן אים נישט געזוכט אין די טעג פֿון שָאולן. 4 האָט די גאַנצע אײַנזאַמלונג געזאָגט, מע זאָל אַזױ טאָן, װאָרעם די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק. 5 און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿון שיחוֹר פֿון מִצרַיִם און ביז מע קומט קײן חַמָת, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון קִריַת-יְעָרים.
6 און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַעַלָה, קײן קִריַת-יְעָרים װאָס געהערט צו יהוּדה, כּדי אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון האלֹקים ה׳ װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, װאָס זײַן נאָמען װערט גערופֿן דערױף. 7 און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון האלֹקים אױף אַ נײַעם װאָגן פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז, און עוּזאָ און אַחיוֹ האָבן געפֿירט דעם װאָגן. 8 און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל, האָבן זיך פֿרײלעך געמאַכט פֿאַר אלֹקים מיטן גאַנצן כּוֹח, מיט געזאַנגען, און מיט האַרפֿן, און מיט גיטאַרן, און מיט פּױקן, און מיט צימבלען, און מיט טרומײטן.
9 און װי זײ זײַנען געקומען ביז צום דרעש-שײַער פֿון כּידוֹן, האָט עוּזאָ אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אָנצונעמען דעם אָרון, װאָרעם די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט. 10 האָט דער צאָרן פֿון ה׳ געגרימט אױף עוּזאָן, און ער האָט אים געשלאָגן פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון; און ער איז דאָרטן געשטאָרבן פֿאַר אלֹקים.
11 און דָוִדן האָט געערגערט װאָס ה׳ האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוּזאָן. און מע רופֿט יענעם אָרט פֶּרֶץ-עוּזאָ ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 12 און דָוִד האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳ אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: װי אַזױ זאָל איך ברענגען צו מיר דעם אָרון פֿון האלֹקים?
13 און דָוִד האָט נישט אַװעקגענומען דעם אָרון צו זיך אין דָוִדס-שטאָט, נאָר ער האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת. 14 און דער אָרון פֿון האלֹקים איז געבליבן בײַ דעם הױזגעזינט פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען אין זײַן הױז דרײַ חדשים. און ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.