Publicidade

1 Crônicas 26

1 פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט: פֿון די קָרחים: משֶלֶמיָהו דער זון פֿון קוֹרֵאן, פֿון די זין פֿון אָסָפֿן. 2 און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין: זכַריָהו דער בכוֹר, ידיעֲאֵל דער צװײטער, זבֿדיָהו דער דריטער, יַתניאֵל דער פֿירטער; 3 עֵילָם דער פֿינפֿטער, יהוֹחָנָן דער זעקסטער, אֶליְהוֹעֵינַי דער זיבעטער. 4 און עוֹבֿד-אֶדוֹם האָט געהאַט זין: שמַעיָה דער בכוֹר, יהוֹזָבָֿד דער צװײטער, יוֹאָח דער דריטער, און שָׂכָר דער פֿירטער, און נתַנאֵל דער פֿינפֿטער; 5 עַמיאֵל דער זעקסטער, יִשׂשָׂכָר דער זיבעטער, פּעולתַי דער אַכטער; װאָרעם אלֹקים האָט אים געבענטשט. 6 און בײַ זײַן זון שמַעיָהן זײַנען געבאָרן געװאָרן זין װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם הױז פֿון זײער פֿאָטער, װאָרעם זײ זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים. 7 די זין פֿון שמַעיָהן זײַנען געװען: עָתני, און רפֿאֵל, און עוֹבֿד, אֶלזָבֿד, זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, און אֶליהו, און סמַכיָהו. 8 די אַלע פֿון די קינדער פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, זײ און זײערע זין און זײערע ברידער, העלדישע לײַט מיט כּוֹח צום דינסט; צװײ און זעכציק פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען. 9 און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין און ברידער, העלדישע יונגען, אַכצן. 10 און חוֹסָה פֿון די זין פֿון מרָרין האָט געהאַט זין: שִמרי איז געװען דער הױפּט; הגם ער איז נישט געװען דער בכוֹר, אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים געמאַכט פֿאַרן הױפּט; 11 חִלקִיָהו דער צװײטער, טבֿליָהו דער דריטער, זכַריָהו דער פֿירטער; אַלע זין און ברידער פֿון חוֹסָהן – דרײַצן.

12 די דאָזיקע אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט, די הױפּטמענער, האָבן געהאַט װאַכן אַזױ װי זײערע ברידער, צו באַדינען אין הױז פֿון ה׳. 13 און זײ האָבן געװאָרפֿן גורל, אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, טױער פֿאַר טױער. 14 און דער גורל אױף מזרח איז געפֿאַלן שֶלֶמיָהון. און פֿאַר זײַן זון זכַריָהון, אַ קלוגן בַעַל-יוֹעץ, האָבן זײ געװאָרפֿן גורל, און זײַן גורל איז געפֿאַלן אױף צפֿון. 15 עוֹבֿד-אֶדוֹמען צו דָרום, און זײַנע זין דאָס זאַמלהױז. 16 און שופּימען און חוֹסָהן, צו מערבֿ, בײַם טױער שַלֶכֶת, לעבן דעם װעג װאָס גײט אַרױף צו, אַ װאַך קעגן אַ װאַך. 17 צו מזרח זעקס לוִיִים, צו צפֿון פֿיר אַ טאָג, צו דָרום פֿיר אַ טאָג, און בײַ דעם זאַמלהױז צו צװײ און צװײ. 18 פֿאַר דעם פֿאָרהױף צו מערבֿ, פֿיר בײַם װעג, צװײ בײַם פֿאָרהױף. 19 דאָס זײַנען געװען די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט פֿון די קינדער פֿון די קָרחים און פֿון די קינדער פֿון מרָרי.

20 און פֿון די לוִיִים, איז אַחִיָה געװען איבער די שאַצן פֿון הױז פֿון אלֹקים, און איבער די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן. 21 די קינדער פֿון לַעְדָן, די קינדער פֿון די גֵרשונים פֿון לַעְדָן, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן דעם גֵרשוני, זײַנען געװען די יחיאֵלים. 22 די קינדער פֿון די יחיאֵלים, זֵתָם, און זײַן ברודער יוֹאֵל, זײַנען געװען איבער די שאַצן פֿון הױז פֿון ה׳. 23 פֿון די עַמרָמים, פֿון די יִצהָרים, פֿון די חֶבֿרוֹנים, פֿון די עוזיאֵלים, 24 איז שבֿואֵל דער זון פֿון גֵרשוֹם דעם זון פֿון משהן, געװען דער פֿירשט איבער די שאַצן. 25 און זײַנע ברידער, פֿון אֶליעֶזֶרן, זײַנען געװען: זײַן זון רחבֿיָהו, און זײַן זון ישַעיָהו, און זײַן זון יוֹרָם, און זײַן זון זִכרי, און זײַן זון שלוֹמית. 26 דער דאָזיקער שלוֹמוֹת און זײַנע ברידער זײַנען געװען איבער אַלע שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן װאָס דָוִד המלך, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די חיל-לידער, האָבן געהײליקט. 27 פֿון די מלחמות און פֿון דעם רױב האָבן זײ עס געהײליקט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 28 און אַלץ װאָס שמוּאֵל דער זעער, און שָאול דער זון פֿון קישן, און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן, האָבן געהײליקט, װער נאָר עס האָט געהײליקט, איז דאָס געװען אונטער דער האַנט פֿון שלוֹמיתן און זײַנע ברידער.

29 פֿון די יִצהָרים, זײַנען כּנַניָהו און זײַנע זין געװען פֿאַרן אױסנװײניקסטן דינסט איבער יִשׂרָאֵל, פֿאַר אױפֿזעער און פֿאַר ריכטער. 30 פֿון די חֶבֿרוֹנים זײַנען חַשַבֿיָהן און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, טױזנט און זיבן הונדערט, געװען פֿאַר דער אױפֿזעונג איבער יִשׂרָאֵל פֿון יענער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון ה׳, און פֿאַר דעם דינסט פֿון מלך. 31 פֿון די חֶבֿרוֹנים, איז ירִיָה געװען דער הױפּט – פֿון די חֶבֿרוֹנים לױט זײערע געבורטן נאָך די פֿאָטערהײַזער. אין פֿערציקסטן יאָר פֿון דָוִדס מלוכה זײַנען זײ נאָכגעזוכט געװאָרן, און עס זײַנען געפֿונען געװאָרן צװישן זײ העלדישע גיבוֹרים אין יַעְזֵיר-גִלעָד. 32 און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זיבן הונדערט, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער; און דָוִד המלך האָט זײ אױפֿגעזעצט איבער די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון האלֹקים און זאַכן פֿון מלך.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-