1 די זין פֿון לֵוִין: גֵרשוֹם, קהָת, און מרָרי. 2 דאָס זײַנען די נעמען פֿון גֵרשוֹמס זין: לִבֿני, און שִמְעִי. 3 און די זין פֿון קהָתן זײַנען געװען: עַמרָם, און יִצהָר, און חֶבֿרוֹן, און עוזיאֵל. 4 די זין פֿון מרָרין: מַחלי, און מושי. און דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי לױט זײערע עלטערן. 5 פֿון גֵרשוֹמען: זײַן זון לִבֿני, זײַן זון יַחת, זײַן זון זִמָה; 6 זײַן זון יוֹאָח זײַן זון עִדוֹ, זײַן זון זֶרַח, זײַן זון יאַתרַי. 7 די קינדער פֿון קהָתן: זײַן זון עַמינָדָבֿ, זײַן זון קֹרַח זײַן זון אַסיר; 8 זײַן זון אֶלקָנָה, און זײַן זון אֶבֿיָסָף, און זײַן זון אַסיר; 9 זײַן זון תַּחַת, זײַן זון אוריאֵל, זײַן זון עוּזִיָה, און זײַן זון שָאול. 10 און די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: עַמָשַׂי, און אֲחִימוֹת, 11 אֶלקָנָה. די קינדער פֿון אֶלקָנָהן: זײַן זון צוֹפֿי, און זײַן זון נַחַת; 12 זײַן זון אֶליאָבֿ, זײַן זון ירוֹחָם, זײַן זון אֶלקָנָה. 13 און די זין פֿון שמוּאֵלן: דער בכוֹר און שני, אַבֿיָה. 14 די קינדער פֿון מרָרין: מַחלי; זײַן זון לִבֿני, זײַן זון שִמְעִי, זײַן זון עוזָה; 15 זײַן זון שִמעָא, זײַן זון חגִיָה, זײַן זון עַשָׂיָה.
16 און דאָס זײַנען די װאָס דָוִד האָט געשטעלט בײַם זינגען אין הױז פֿון ה׳, נאָך דעם װי דער אָרון איז געקומען צו זײַן רו. 17 און זײ האָבן געדינט פֿאַר דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד מיט געזאַנג, ביז שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם, און זײ האָבן זיך געשטעלט לױט זײער אָרדענונג בײַ זײער דינסט. 18 און דאָס זײַנען די װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען, מיט זײערע זין: פֿון די זין פֿון די קהָתים: הֵימָן דער זינגער, דער זון פֿון יוֹאֵל דעם זון פֿון שמוּאֵל, 19 דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון ירוֹחָם, דעם זון פֿון אֶליאֵל, דעם זון פֿון תּוֹח, 20 דעם זון פֿון צוף, דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון מַחת, דעם זון פֿון עַמָשַׂי, 21 דעם זון פֿון אֶלקָנָה, דעם זון פֿון יוֹאֵל, דעם זון פֿון עַזַריָה, דעם זון פֿון צפַֿניָה, 22 דעם זון פֿון תַּחַת, דעם זון פֿון אַסיר, דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קֹרַח, 23 דעם זון פֿון יִצהָר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִי, דעם זון פֿון יִשׂרָאֵלן. 24 און זײַן ברודער אָסָף איז געװען דער װאָס איז געשטאַנען צו זײַן רעכטער האַנט: אָסָף דער זון פֿון ברֶכיָהו דעם זון פֿון שִמעָא, 25 דעם זון פֿון מיכָאֵל, דעם זון פֿון בעֲשֵׂיָה, דעם זון פֿון מַלכִּיָה, 26 דעם זון פֿון אֶתני, דעם זון פֿון זֶרַח, דעם זון פֿון עַדָיָה, 27 דעם זון פֿון אֵיתָן, דעם זון פֿון זִמָה, דעם זון פֿון שִמְעִי, 28 דעם זון פֿון יַחת, דעם זון פֿון גֵרשוֹם, דעם זון פֿון לֵוִין. 29 און זײערע ברידער די קינדער פֿון מרָרי, אױף דער לינקער זײַט: אֵיתָן דער זון פֿון קישי דעם זון פֿון עַבֿדי, דעם זון פֿון מַלוך, 30 דעם זון פֿון חַשַבֿיָה, דעם זון פֿון אַמַציָה, דעם זון פֿון חִלקִיָה, 31 דעם זון פֿון אַמצי, דעם זון פֿון בני, דעם זון פֿון שֶמֶר, 32 דעם זון פֿון מַחלי, דעם זון פֿון מושי, דעם זון פֿון מרָרי, דעם זון פֿון לֵוִין. 33 און זײערע ברידער די לוִיִים זײַנען געװען אָפּגעגעבן צו דעם גאַנצן דינסט פֿון דעם מישכּן פֿון דעם הױז פֿון אלֹקים.
34 און אַהרֹן און זײַנע קינדער האָבן געדעמפֿט אױף דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרעך; זײ זײַנען געװען פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון דעם קָדשֵי-קָדשים, און אױף מכַפּר צו זײַן אױף יִשׂרָאֵל, לױט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון האלֹקים האָט באַפֿױלן. 35 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון אַהרֹן: זײַן זון אֶלעָזָר, זײַן זון פּינְחס, זײַן זון אַבֿישועַ; 36 זײַן זון בוקי, זײַן זון עוזי, זײַן זון זֶרַחיָה; 37 זײַן זון מרָיוֹת, זײַן זון אַמַריָה, זײַן זון אַחיטובֿ; 38 זײַן זון צָדוֹק, זײַן זון אַחימַעַץ.
39 און דאָס זײַנען געװען זײערע װױנערטער לױט זײערע לאַגערדערפֿער אין זײער געמאַרק: צו די קינדער פֿון אַהרֹן פֿון דער משפּחה פֿון די קהָתים װײַל זײערס איז געװען גורל, 40 זײ האָט מען געגעבן חֶבֿרוֹן אין לאַנד יהוּדה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר. 41 אָבער דאָס פֿעלד פֿון דער שטאָט און אירע דערפֿער האָט מען געגעבן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן. 42 און צו די קינדער פֿון אַהרֹן האָט מען געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, חֶבֿרוֹן, און לִבֿנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַתּיר, און אֶשתּמוֹעַ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 43 און חילֵן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דבֿיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 44 און עָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-שֶמֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 45 און פֿון שבֿט בנימין: גֶבַֿע מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָלֶמֶת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַנָתוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. אַלע זײערע שטעט, דרײַצן שטעט, לױט זײערע משפּחות.
46 און פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון קהָת, פֿון דער משפּחה פֿון דעם שבֿט, פֿון דעם האַלבן שבֿט, פֿון האַלב מנַשֶה, לױט גורל, צען שטעט. 47 און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, און פֿון שבֿט אָשֵר, און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי, און פֿון שבֿט מנַשֶה אין בָשָן, דרײַצן שטעט. 48 פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט ראובֿן, און פֿון שבֿט גָד, און פֿון שבֿט זבֿולון, לױט גורל, צװעלף שטעט. 49 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געגעבן צו די לוִיִים די שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. 50 און זײ האָבן געגעבן לױט גורל, פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, די דאָזיקע שטעט װאָס מע רופֿט דאָ אָן מיט די נעמען.
51 און טײל פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת האָבן געהאַט די שטעט פֿון זײער געמאַרק פֿון שבֿט אפֿרים. 52 און מע האָט זײ געגעבן די שטעט פֿון אַנטרינונג, שכֶם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער אױפֿן באַרג אפֿרים, און גֶזֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 53 און יָקמְעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-חוֹרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 54 און אַיָלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און גַת-רִמוֹן, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 55 און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה: עָנֵר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בִלעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, פֿאַר דער משפּחה פֿון די איבעריקע קינדער פֿון קהָת.
56 פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹם, פֿון דער משפּחה פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה: גוֹלָן אין בָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַשתָּרוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 57 און פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר: קֶדֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דָבֿרַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 58 און ראָמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עָנֵם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 59 און פֿון שבֿט אָשֵר: מָשָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַבֿדוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 60 און חוקוֹק מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און רחוֹבֿ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 61 און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי: קֶדֶש אין גָליל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און חַמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און קִריָתַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער.
62 פֿאַר די איבעריקע, די קינדער פֿון מרָרי, פֿון שבֿט זבֿולון: רִמוֹנוֹ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, תָּבֿוֹר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 63 און פֿון יענער זײַט יַרדן בײַ יריחוֹ, צו מזרח פֿון יַרדן, פֿון שבֿט ראובֿן: בֶצֶר אין מדבר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַהצָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 64 און קדֵמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מֵיפַֿעַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. 65 און פֿון שבֿט גָד: ראָמוֹת אין גִלעָד מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מַחנַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 66 און חֶשבוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַעְזֵיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער.