Publicidade

1 Crônicas 2

1 דאָס זײַנען די זין פֿון יִשׂרָאֵלן: ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהוּדה, יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון; 2 דָן, יוֹסף, און בנימין, נַפֿתָּלי, גָד, און אָשֵר.

3 די זין פֿון יהוּדהן: עֵר, און אוֹנָן, און שֵלָה; די דרײַ זײַנען אים געבאָרן געװאָרן פֿון בת-שועַ דער כּנַעֲנית, און עֵר, יהוּדהס בכוֹר, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער האָט אים געטײט. 4 און תָּמָר זײַן שנור האָט אים געבאָרן פֶּרֶצן, און זֶרַחן. אַלע זין פֿון יהוּדהן: פֿינף.

5 די זין פֿון פֶּרֶצן: חֶצרוֹן, און חָמול. 6 און די זין פֿון זֶרַחן: זִמרי, און אֵיתָן, און הֵימָן, און כַּלכּוֹל, און דָרַע; אין אַלעמען פֿינף. 7 און די זין פֿון כַּרמין: עָכָר, דער פֿאַראומגליקער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט געפֿעלשט אָן חרם. 8 און די זין פֿון אֵיתָנען: עַזַריָה.

9 און די זין פֿון חֶצרוֹנען װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן: ירַחמְאֵל, און רָם, און כּלובָי. 10 און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבֿן, און עַמינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחשוֹן דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. 11 און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמאָן, און שַׂלמאָ האָט געבאָרן בוֹעַזן. 12 און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֿדן, און עוֹבֿד האָט געבאָרן יִשַין. 13 און יִשַי האָט געבאָרן זײַן בכוֹר אֶליאָבֿן, און אַבֿינָדָבֿ דעם צװײטן, און שִמעָא דעם דריטן; 14 נתַנאֵל דעם פֿירטן, רַדַי דעם פֿינפֿטן; 15 אוֹצֶם דעם זעקסטן, דָוִד דעם זיבעטן. 16 און זײערע שװעסטער זײַנען געװען צרוּיָה, און אַבֿיגַיִל. און די זין פֿון צרוּיָהן: אַבֿישַי, און יוֹאָבֿ, און עַשָׂהאֵל – דרײַ. 17 און אַבֿיגַיִל האָט געבאָרן עַמָשׂאָן, און עַמָשׂאָס פֿאָטער איז געװען יֶתֶר דער יִשמָעֵאלי.

18 און כָּלֵבֿ דער זון פֿון חֶצרוֹנען האָט געהאַט קינדער מיט דער װײַב עַזוּבֿהן – און מיט יריעוֹתן – און דאָס זײַנען אירע זין: יֵשֶר, און שוֹבֿבֿ, און אַרדוֹן. 19 איז עַזוּבֿה געשטאָרבן און כָּלֵבֿ האָט זיך גענומען אֶפֿרָתן, און זי האָט אים געבאָרן חורן. 20 און חור האָט געבאָרן אורין, און אורי האָט געבאָרן בצַלאֵלן.

21 און דערנאָך איז געקומען חֶצרוֹן צו דער טאָכטער פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װאָס ער האָט גענומען װען ער איז געװען זעכציק יאָר אַלט; און זי האָט אים געבאָרן שׂגובֿן. 22 און שׂגובֿ האָט געבאָרן יָאירן, װאָס האָט געהאַט דרײַ און צװאַנציק שטעט אין לאַנד גִלעָד. 23 און גשור און אַרָם האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ חַווֹת-יָאיר, קנָת און אירע טעכטערשטעט, זעכציק שטעט. די אַלע זײַנען די זין פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד. 24 און נאָך חֶצרוֹנס טױט אין כָּלֵבֿ-אֶפֿרָת, האָט אַבֿיָה, חֶצרוֹנס װײַב, געבאָרן פֿון אים אַשחור דעם פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ.

25 און די זין פֿון ירַחמְאֵל, חֶצרוֹנס בכוֹר, זײַנען געװען: דער בכוֹר רָם, און בונָה, און אוֹרֶן, און אוֹצֶם, אַחִיָה. 26 און ירַחמְאֵל האָט געהאַט נאָך אַן אַנדער װײַב, װאָס איר נאָמען איז געװען עַטָרָה; זי איז געװען די מוטער פֿון אוֹנָמען.

27 און די זין פֿון רָם, ירַחמְאֵלס בכוֹר, זײַנען געװען: מַעַץ, און יָמין, און עֵקֶר. 28 און די זין פֿון אוֹנָמען זײַנען געװען: שַמַי, און יָדָע. און די זין פֿון שַמַין: נָדָבֿ, און אַבֿישור. 29 און דער נאָמען פֿון אַבֿישורס װײַב איז געװען אַבֿיהַיִל; און זי האָט אים געבאָרן אַחבָנען, און מוֹלידן. 30 און די זין פֿון נָדָבֿן: סֶלֶד, און אַפּיִם. און סֶלֶד איז געשטאָרבן אָן קינדער. 31 און די זין פֿון אַפּיִמען: יִשעִי. און די זין פֿון יִשעִין: שֵשָן. און די זין פֿון שֵשָנען: אַחלָי. 32 און די זין פֿון יָדָע, שַמַיס ברודער: יֶתֶר, און יוֹנָתָן. און יֶתֶר איז געשטאָרבן אָן קינדער.

33 און די זין פֿון יוֹנָתָנען: פּלֶת, און זָזאָ. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון ירַחמְאֵלן.

34 און שֵשָן האָט נישט געהאַט קײן זין נאָר טעכטער. און בײַ שֵשָנען איז געװען אַ קנעכט אַ מִצרי, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יַרחע. 35 האָט שֵשָן געגעבן זײַן טאָכטער צו זײַן קנעכט יַרחען פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן עַתַּין. 36 און עַתַּי האָט געבאָרן נָתָנען, און נָתָן האָט געבאָרן זָבֿדן. 37 און זָבֿד האָט געבאָרן אֶפֿלָלן, און אֶפֿלָל האָט געבאָרן עוֹבֿדן. 38 און עוֹבֿד האָט געבאָרן יֵהואן, און יֵהוּא האָט געבאָרן עַזַריָהן. 39 און עַזַריָה האָט געבאָרן חלֶצן, און חֶלֶץ האָט געבאָרן אֶלעָשָׂהן. 40 און אֶלעָשָׂה האָט געבאָרן סִסמָין, און סִסמָי האָט געבאָרן שַלומען. 41 און שַלום האָט געבאָרן יקַמיָהן, און יקַמיָה האָט געבאָרן אֶלישָמָען.

42 און די זין פֿון כָּלֵבֿ, ירַחמְאֵלס ברודער: מֵישָע זײַן בכוֹר, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון זיפֿן, און די זין פֿון מָרֵשָה דעם פֿאָטער פֿון חֶבֿרוֹנען. 43 און די זין פֿון חֶבֿרוֹנען זײַנען געװען: קֹרַח און תַּפּוחַ, און רֶקֶם, און שֶמַע. 44 און שֶמַע האָט געבאָרן רַחם דעם פֿאָטער פֿון יַרקעָמען, און רֶקֶם האָט געבאָרן שַמַין. 45 און דער זון פֿון שַמַין איז געװען מָעוֹן, און מָעוֹן איז געװען דער פֿאָטער פֿון בֵית-צור. 46 און עֵיפֿה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן חָרָנען, און מוֹצאָן, און גָזֵזן; און חָרָן האָט געבאָרן גָזֵזן. 47 און די זין פֿון יָהדָין זײַנען געװען: רֶגֶם, און יוֹתָם, און גֵישָן, און פּלֶט, און עֵיפֿה, און שַעַף. 48 מַעֲכָה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן שֶבֿרן, און תִּרחנָהן. 49 און די װײַב פֿון שַעַף דעם פֿאָטער פֿון מַדמַנָה, האָט געבאָרן שוָא דעם פֿאָטער פֿון מַכְבֵּנָה און דעם פֿאָטער פֿון גִבֿעָא. און די טאָכטער פֿון כָּלֵבֿן איז געװען עַכסָה. 50 דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון כָּלֵבֿן.

די זין פֿון חור, דעם בכוֹר פֿון אֶפֿרָתן: שוֹבָֿל דער פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים, 51 שַׂלמאָ דער פֿאָטער פֿון בֵית-לֶחֶם, חָרֵף דער פֿאָטער פֿון בֵית-גָדֵר. 52 און די קינדער פֿון שוֹבָֿל דעם פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: הָרוֹאֶה, און האַלב מנוחוֹת. 53 און די משפּחות פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: די יתֵרים, און די פּותים, און די שומָתים, און די מִשרָעִים. פֿון די דאָזיקע זײַנען אַרױסגעקומען די צָרעָתים, און די אֶשתָּאולים.

54 די קינדער פֿון שַׂלמאָן: בֵית-לֶחֶם, און די נטוֹפֿתים, עַטרוֹת-בית-יוֹאָבֿ, און אַ העלפֿט פֿון די מָנַחַתער, די צָרעִים. 55 און די משפּחות פֿון די שרײַבער, די באַװױנער פֿון יַעְבץ, זײַנען געװען: די תִּרעָתים, די שִמעָתים, די שׂוכָתים. דאָס זײַנען די קֵינים װאָס קומען אַרױס פֿון חמַת דעם פֿאָטער פֿון דעם הױז פֿון רֵכָבֿ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-