Publicidade

1 Crônicas 22

1 און דָוִד האָט געזאָגט: דאָס איז דאָס הױז פֿון ה׳ האלֹקים, און דאָס איז דער מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער פֿאַר יִשׂרָאֵל.

2 און דָוִד האָט געהײסן אײַנזאַמלען אַלע פֿרעמדע װאָס אין לאַנד יִשׂרָאֵל, און ער האָט געשטעלט שטײנהעקער אױסצוהאַקן געשניטענע שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז פֿון אלֹקים. 3 און אײַזן לרובֿ אױף נעגל פֿאַר די טירן פֿון די טױערן, און אױף קלאַמערן, האָט דָוִד אָנגעברײט; און קופּער לרובֿ גאָר אָן אַ װאָג; 4 און צעדערהאָלץ אָן אַ צאָל; װאָרעם די צידוֹנים און די צוֹרים האָבן געבראַכט דָוִדן צעדערהאָלץ לרובֿ. 5 און דָוִד האָט געזאָגט: מײַן זון שלמה איז יונג און שװאַך, און דאָס הױז װאָס מע דאַרף בױען צו ה׳, דאַרף מען מאַכן גרױס ביז גאָר, פֿאַר אַ שם, און פֿאַר אַ צירונג, אַנטקעגן אַלע לענדער; לאָמיך אַקאָרשט צוגרײטן פֿאַר אים. און דָוִד האָט צוגעגרײט אַ סך פֿאַר זײַן טױט.

6 און ער האָט גערופֿן זײַן זון שלמהן, און ער האָט אים באַפֿױלן צו בױען אַ הױז צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 7 און דָוִד האָט געזאָגט צו שלמהן: מײַן זון, בײַ מיר אַלײן איז געװען אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ מײַן ג-ט. 8 אָבער דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַ סך בלוט האָסטו פֿאַרגאָסן, און גרױסע מלחמות האָסטו געמאַכט; קענסט נישט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, װײַל דו האָסט פֿיל בלוט פֿאַרגאָסן צו דער ערד פֿאַר מײַן געזיכט. 9 אָט װערט דיר געבאָרן אַ זון; ער װעט זײַן אַ מענטש פֿון רו, און איך װעל אים באַרוען פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט פֿון אַרום; װאָרעם שלמה װעט זײַן זײַן נאָמען, און שלום און שטילקײט װעל איך געבן יִשׂרָאֵל אין זײַנע טעג. 10 ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, און איך אים פֿאַר אַ פֿאָטער; און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה איבער יִשׂרָאֵל אױף אײביק. 11 אַצונד, מײַן זון, זאָל ה׳ זײַן מיט דיר, און זאָלסט מצליח זײַן, און בױען דאָס הױז פֿון ה׳ דײַן ג-ט, אַזױ װי ער האָט גערעדט װעגן דיר. 12 זאָל נאָר ה׳ דיר געבן שׂכל און פֿאַרשטאַנדיקײט, און דיך באַפֿעלן איבער יִשׂרָאֵל; און אַז דו זאָלסט היטן די תּורה פֿון ה׳ דײַן ג-ט. 13 דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן, אַז דו װעסט היטן צו טאָן די חוקים און די געזעצן װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן פֿאַר יִשׂרָאֵל. זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן. 14 און אָט אין מײַן אָרימקײט האָב איך צוגעגרײט פֿאַר דעם הױז פֿון ה׳ הונדערט טױזנט צענטנער גאָלד, און טױזנט מאָל טױזנט צענטנער זילבער, און קופּער און אײַזן אָן אַ װאָג, װאָרעם עס איז דאָ לרובֿ; אױך האָלץ און שטײנער האָב איך צוגעגרײט, און דו קענסט נאָך צולײגן דערצו. 15 און בײַ דיר זײַנען דאָ אַ סך בַעַל-מלאָכות, שטײנהעקער, און מײַנסטערס אין שטײן און אין האָלץ, און אַלערלײ קינצלער אין יעטװעדער מלאָכה. 16 צום גאָלד, צום זילבער, און צום קופּער, און צום אײַזן, איז קײן צאָל נישטאָ; שטײ אױף און טו, און זאָל ה׳ זײַן מיט דיר.

17 און דָוִד האָט באַפֿױלן אַלע האַרן פֿון יִשׂרָאֵל צו העלפֿן זײַן זון שלמהן: 18 פֿאַר װאָר, ה׳ אלוקיכם איז מיט אײַך, און ער האָט אײַך באַרוט פֿון רונד אַרום, װאָרעם ער האָט געגעבן אין מײַן האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און דאָס לאַנד ליגט באַצװוּנגען פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן פֿאָלק. 19 אַצונד, גיט אײַער האַרץ און אײַער זעל צו זוכן ה׳ אלוקיכם, און שטײט אױף, און בױט דאָס מִקדָש פֿון ה׳ דעם האַר, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, און די הײליקע כּלים פֿון ה׳, אין דעם הױז װאָס װערט געבױט צו דעם נאָמען פֿון ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-