1 און מוֹאָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן יִשׂרָאֵל נאָך אַחאָבֿס טױט.
2 און אַחַזיָה איז אַרױסגעפֿאַלן דורך דער גראַטע פֿון זײַן אױבערשטוב װאָס אין שוֹמרוֹן, און איז קראַנק געװאָרן. און ער האָט געשיקט שלוחים, און האָט זײ אָנגעזאָגט: גײט פֿרעגט בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן, אױב איך װעל גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט.
3 און אַ מלאך פֿון ה׳ האָט גערעדט צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי: שטײ אױף, גײ אַרױף אַנטקעגן די שלוחים פֿון דעם מלך פֿון שוֹמרוֹן, און רעד צו זײ: צי װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ, גײט איר פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן? 4 דרומעך האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן. איז אֵלִיָהו געגאַנגען.
5 און די שלוחים האָבן זיך אומגעקערט צו אים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עפּעס האָט איר זיך אומגעקערט? 6 האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ מאַן איז אַרױפֿגעקומען אונדז אַנטקעגן, און ער האָט צו אונדז געזאָגט: גײט קערט אײַך אום צו דעם מלך װאָס האָט אײַך געשיקט, און איר זאָלט רעדן צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: צי װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ, שיקסטו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן? דערום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
7 האָט ער צו זײ גערעדט: װאָס איז דאָס אױסזען פֿון דעם מאַן װאָס איז אײַך אַרױפֿגעקומען אַנטקעגן; און האָט צו אײַך גערעדט די דאָזיקע רײד? 8 האָבן זײ צו אים געזאָגט: אַ האָריקער מאַן מיט אַ פֿעלענעם גאַרטל אָנגעגורט אױף זײַנע לענדן. האָט ער געזאָגט דאָס איז אֵלִיָהו דער תִּשבי.
9 און ער האָט צו אים געשיקט אַ הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו אים, ערשט ער זיצט אױפֿן שפּיץ באַרג. האָט ער צו אים גערעדט: מאַן פֿון ג-ט, דער מלך האָט געזאָגט: נידער אַראָפּ. 10 האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט צו דעם הױפּטמאַן פֿון די פֿופֿציק: איז, אױב איך בין אַ מאַן פֿון ג-ט, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק.
11 האָט ער װידער געשיקט צו אים אַן אַנדער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק. און ער האָט זיך אָפּגערופֿן און גערעדט צו אים: מאַן פֿון ג-ט, אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: אײַל זיך נידער אַראָפּ. 12 האָט אֵלִיָהו געענטפֿערט און האָט צו זײ גערעדט: אױב איך בין אַ מאַן פֿון ג-ט, זאָל אַראָפּנידערן אַ פֿײַער פֿון הימל, און פֿאַרצערן דיך און דײַנע פֿופֿציק. האָט אַראָפּגענידערט אַ פֿײַער פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט אים און זײַנע פֿופֿציק.
13 האָט ער װידער געשיקט צו אים אַ הױפּטמאַן פֿון דריטע פֿופֿציק מיט זײַנע פֿופֿציק, און דער דריטער הױפּטמאַן פֿון פֿופֿציק איז אַרױפֿגעגאַנגען, און ער איז געקומען און האָט זיך געבוקט אױף זײַנע קני פֿאַר אֵלִיָהון, און ער האָט זיך בײַ אים געבעטן, און האָט צו אים גערעדט: מאַן פֿון ג-ט, זאָל, איך בעט דיך, מײַן נפֿש, און די נפֿשות פֿון די דאָזיקע פֿופֿציק קנעכט דײַנע, זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן. 14 זע, אַ פֿײַער האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל, און האָט פֿאַרצערט די צװײ פֿריִערדיקע הױפּטלײַט פֿון פֿופֿציק מיט זײערע פֿופֿציקן; און אַצונד, זאָל מײַן נפֿש זײַן װערדיק אין דײַנע אױגן.
15 האָט אַ מלאך פֿון ה׳ גערעדט צו אֵלִיָהון: נידער אַראָפּ מיט אים; זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אים. איז ער אױפֿגעשטאַנען און האָט אַראָפּגענידערט מיט אים צום מלך.
16 און ער האָט צו אים גערעדט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי דו האָסט געשיקט שלוחים צו פֿרעגן בײַ בַעַל-זבֿוּבֿ דעם ג-ט פֿון עֶקרוֹן, איז דאָס װײַל אין יִשׂרָאֵל איז קײן ג-ט נישטאָ צו פֿרעגן זײַן װאָרט? דערום, דאָס בעט װאָס דו ביסט אַרױף אַהין, דערפֿון װעסטו נישט אַראָפּנידערן, נײַערט שטאַרבן װעסטו שטאַרבן.
17 און ער איז געשטאָרבן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס אֵלִיָהו האָט גערעדט. און יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט אין צװײטן יאָר פֿון יהוֹרָם דעם זון פֿון יהוֹשָפֿטן, דעם מלך פֿון יהוּדה; װײַל ער האָט קײן זון נישט געהאַט.
18 און די איבעריקע זאַכן פֿון אַחַזיָהון װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.