1 די נבֿואה אױף נינוֵה; דאָס בוך פֿון דער זעונג פֿון נַחום דעם אֶלקוֹשי.
2 אַ ג-ט אַן אֵל קַנֹּוא און אַ ראַכענעמער איז ה׳,
ה׳ איז אַ ראַכענעמער און פֿול מיט גרימצאָרן,
ה׳ איז זיך נוקם אָן זײַנע פֿײַנט,
און ער האַלט דעם כּעס צו זײַנע שָׂונאים.
3 ה׳ איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן,
און גרױס אין מאַכט,
ער לאָזט נישט פֿרײַ, ער װעט זיכער נישט לאָזן די שולדיקע אומבאַשטראָפֿט.
ה׳ – מיט װינט און מיט שטורעם איז זײַן װעג,
און װאָלקן דער שטױב פֿון זײַנע פֿיס.
4 ער שרײַט אָן אױפֿן ים, און טריקנט אים אױס,
און אַלע טײַכן מאַכט ער טרוקן;
פֿאַרװעלקט װערט דער בָשָן און כַּרמֶל,
און די בליִונג פֿון לבֿנוֹן װערט פֿאַרװעלקט.
5 די בערג ציטערן פֿאַר אים,
און די טאָלן טוען זיך װאַקלען,
און די ערד װערט אױפֿגעטרײסלט פֿון זײַן פּנים,
אי די װעלט אי אַלע װױנער אין איר.
6 פֿאַר זײַן כּעס װער קען זיך שטעלן?
און װער קען באַשטײן אין זײַן גרימצאָרן?
זײַן צאָרן גיסט זיך אױס װי פֿײַער,
און די פֿעלדזן װערן צעשטױסן פֿאַר אים.
7 גוט איז ה׳,
פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט;
און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.
8 אָבער מיט אַ שטראָמיקער פֿלײצונג
װעט ער מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון איר אָרט,
און זײַנע פֿײַנט װעט נאָכיאָגן פֿינצטערניש.
9 װאָס טראַכט איר אַקעגן ה׳?
אַ פֿאַרלענדונג װעט ער מאַכן,
די צרה װעט נישט אױפֿשטײן אַ צװײט מאָל.
10 װאָרעם בעת זײ זײַנען װי דערנער אײַנגעפֿלאָכטענע,
און װי זײ שיכּורן פֿאַרשיכּורטע,
װעלן זײ אין גאַנצן פֿאַרצערט װערן װי טרוקענע שטרױ.
11 פֿון דיר איז אַרױסגעקומען
דער װאָס טראַכט בײז אַקעגן ה׳,
װאָס באַראָט נידערטרעכטיקײט.
12 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
װי געזונט און אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען,
אַזױ װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן;
הגם איך האָב דיך געפּײַניקט,
װעל איך מער דיך נישט פּײַניקן.
13 און אַצונד װעל איך צעברעכן זײַן יאָכשטאַנג פֿון דיר,
און דײַנע בינדשטריק װעל איך צערײַסן.
14 און ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן דיר,
אַז פֿון דײַן נאָמען זאָל מער קײן זאָמען נישט זײַן;
פֿון הױז פֿון דײַן ג‑טס װעל איך פֿאַרשנײַדן
געשניצטע און געגאָסענע ג‑צן;
איך װעל דיר אַ קבֿר מאַכן,
װײַל דו ביסט צו שאַנד געװאָרן.