1 און דערנאָך זײַנען משה און אַהרֹן געקומען, און האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳, אלוקי יִשׂרָאֵל: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן האַלטן אַ יוֹם-טובֿ צו מיר אין דער מדבר. 2 האָט פַּרעה געזאָגט: װער איז ה׳, אַז איך זאָל צוהערן צו זײַן קֹול, אַװעקצולאָזן יִשׂרָאֵל? נישט איך קען ה׳, און נישט איך װעל אױך אַװעקלאָזן יִשׂרָאֵל. 3 האָבן זײ געזאָגט: דער ג-ט פֿון די עִבֿרים האָט זיך באַגעגענט אונדז. לאָמיר, איך בעט דיך, גײן דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו ה׳ אלוקינו, כּדי ער זאָל אונדז נישט פּלאָגן מיט אַ מגפֿה אָדער מיט שװערד. 4 האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס, משה און אַהרֹן, רײַסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון זײַן אַרבעט? גײט צו אײַערע לאַסטאַרבעט. 5 און פַּרעה האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פֿיל, און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון זײערע לאַסטאַרבעט.
6 און פַּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די שָׂרֵי מִסִּים אין דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, אַזױ צו זאָגן: 7 איר זאָלט מער נישט געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל, אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. זײ אַלײן זאָלן גײן, און זיך אָנקלײַבן שטרױ. 8 און די צאָל ציגל, װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן, זאָלט איר אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון נישט מינערן; װאָרעם פֿױל זײַנען זײ, דערום שרײַען זײ, אַזױ צו זאָגן: מיר װילן גײן שלאַכטן צו אלוקינו. 9 זאָל די אַרבעט שװערער זײַן אױף די לײַט, אַז זײ זאָלן זײַן פֿאַרטאָן מיט איר, און זיך נישט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע גערײדן. 10 זײַנען אַרױסגעגאַנגען די שָׂרֵי מִסִּים פֿון דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט פַּרעה: איך גיב אײַך נישט קײן שטרױ. 11 גײט איר, קריגט אײַך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרעם פֿון אײַער אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט.
12 האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, צו קלײַבן סטערניע פֿאַר שטרױ. 13 און די שָׂרֵי מִסִּים האָבן געטריבן, אַזױ צו זאָגן: ענדיקט אײַערע טאָגטעגלעכע אַרבעט, אַזױ װי בעת עס איז געװען שטרױ. 14 און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס די שָׂרֵי מִסִּים פֿון פַּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ, האָבן געקריגן געשלאָגן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר נישט געענדיקט אײַער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער, אי נעכטן אי הײַנט?
15 זײַנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָבן געשריען צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו דײַנע קנעכט? 16 קײן שטרױ װערט נישט געגעבן דײַנע קנעכט, און מע הײסט אונדז: מאַכט ציגל; און זע, דײַנע קנעכט קריגן געשלאָגן, און די שולד איז אין דײַן פֿאָלק. 17 האָט ער געזאָגט: פֿױל זײַט איר, פֿױל; דערום זאָגט איר: מיר װילן גײן שלאַכטן צו ה׳. 18 און אַצונד, גײט אַרבעט, װאָרעם קײן שטרױ װעט אײַך נישט געגעבן װערן, און די צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן.
19 האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך געזען אין אַן אומגליק, צו מוזן זאָגן: איר טאָרט נישט מינערן פֿון אײַערע טאָגטעגלעכע ציגל. 20 און זײ האָבן געטראָפֿן משהן און אַהרֹנען, שטײענדיק אַקעגן זײ, בײַ זײער אַרױסגײן פֿון פַּרעהן; 21 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: זאָל ה׳ אַראָפּקוקן אױף אײַך, און משפּטן, װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט, צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט אונדז צו הרגען.
22 האָט משה זיך צוריקגעקערט צו ה׳, און האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו מיך געשיקט? 23 אַז זינט איך בין געקומען צו פַּרעהן, צו רעדן אין דײַן נאָמען, באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און מציל זײַן האָסטו נישט מציל געװען דײַן פֿאָלק.