1 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זע, איך האָב דיך געמאַכט װי אַ ג-ט צו פַּרעהן, און אַהרֹן דײַן ברודער װעט זײַן דײַן נבֿיא. 2 דו װעסט רעדן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן, און אַהרֹן דײַן ברודער װעט רעדן צו פַּרעהן, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײַן לאַנד. 3 און איך װעל האַרט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און װעל מערן מײַנע צײכנס און מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. 4 אָבער פַּרעה װעט נישט צוהערן צו אײַך, און איך װעל אַרױפֿטאָן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען מײַנע מחנות, מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, מיט גרױסע משפּטים. 5 און די מִצרַיִם װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳, װען איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון צװישן זײ.
6 האָבן משה און אַהרֹן אַזױ געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געטאָן. 7 און משה איז געװען אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר, און אַהרֹן אַ מאַן פֿון דרײַ און אַכציק יאָר, װען זײ האָבן גערעדט צו פַּרעהן.
8 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 9 אַז פַּרעה װעט רעדן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: גיט פֿון אײַך אַ װוּנדער; זאָלסטו זאָגן צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און טו אַ װאָרף פֿאַר פַּרעהן, װעט ער װערן אַ שלאַנג. 10 זײַנען משה און אַהרֹן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן אַזױ געטאָן, װי ה׳ האָט באַפֿױלן; און אַהרֹן האָט אַ װאָרף געטאָן זײַן שטעקן פֿאַר פַּרעהן, און פֿאַר זײַנע קנעכט, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג.
11 האָט אױך פַּרעה גערופֿן די חכמים און די מכַשפֿים, און אױך זײ, די חַרטומים פֿון מִצרַיִם, האָבן געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן. 12 און זײ האָבן אַ װאָרף געטאָן איטלעכער זײַן שטעקן, און זײ זײַנען געװאָרן שלאַנגען; אָבער אַהרֹנס שטעקן האָט אײַנגעשלונגען זײערע שטעקנס. 13 און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
14 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעהס האַרץ איז האַרט, ער װיל נישט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. 15 גײ צו פַּרעהן אין דער פֿרי; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, װעסטו זיך שטעלן אים אַנטקעגן, בײַם ברעג טײַך, און דעם שטעקן װאָס איז פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ שלאַנג, זאָלסטו נעמען אין דײַן האַנט. 16 און זאָלסט זאָגן צו אים: ה׳, דער ג-ט פֿון די עִבֿרים, האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען אין דער מדבר; און זע, האָסט נישט צוגעהערט ביז אַהער. 17 האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: דערמיט װעסטו װיסן, אַז איך בין ה׳: זע, איך שלאָג מיט דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט, אױפֿן װאַסער װאָס אין טײַך, און עס װעט פֿאַרקערט װערן אין בלוט. 18 און די פֿיש װאָס אין טײַך װעלן אױסשטאַרבן, און דער טײַך װעט פֿאַרשטונקען װערן, און די מִצרַיִם װעלן זיך עקלען צו טרינקען װאַסער אױסן טײַך.
19 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, אױף זײערע שטראָמען, אױף זײערע טײַכן, און אױף זײערע געמױזעכצן, און אױף אַלע זײערע אָנזאַמלונגען פֿון װאַסער, און זײ זאָלן װערן בלוט; און עס זאָל זײַן בלוט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, סײַ אין הילצערנע כּלים, סײַ אין שטײנערנע.
20 האָבן משה און אַהרֹן אַזױ געטאָן, װי ה׳ האָט באַפֿױלן. און ער האָט אױפֿגעהױבן דעם שטעקן, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער װאָס אין טײַך, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן, און פֿאַר די אױגן פֿון זײַנע קנעכט; און דאָס גאַנצע װאַסער װאָס אין טײַך איז פֿאַרקערט געװאָרן אין בלוט. 21 און די פֿיש װאָס אין טײַך זײַנען אױסגעשטאָרבן, און דער טײַך איז פֿאַרשטונקען געװאָרן, און די מִצרַיִם האָבן נישט געקענט טרינקען װאַסער אױסן טײַך; און דאָס בלוט איז געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
22 האָבן די חַרטומים פֿון מִצרַיִם געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן; און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט. 23 און פַּרעה האָט זיך אומגעקערט און איז אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט אױך דאָס נישט גענומען צום האַרצן. 24 און אַלע מִצרַיִם האָבן געגראָבן אַרום טײַך נאָך װאַסער צום טרינקען, װאָרעם זײ האָבן נישט געקענט טרינקען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך. 25 און עס זײַנען דערפֿילט געװאָרן זיבן טעג, נאָך דעם װי ה׳ האָט געשלאָגן דעם טײַך.
26 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. 27 און אױב דו װילסט זײ נישט אַװעקלאָזן, אָט פּלאָג איך דײַן גאַנצן גבֿול מיט פֿרעש. 28 און דער טײַך װעט װידמענען פֿרעש, און זײ װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן קומען אין דײַן הױז, און אין דײַן שלאָפֿקאַמער, און אױף דײַן בעט, און אין הױז פֿון דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע אױװנס, און אין דײַנע מולטערס.
29 אי אױף דיר, אי אױף דײַן פֿאָלק, אי אױף אַלע דײַנע קנעכט, װעלן אַרױפֿגײן די פֿרעש.