Publicidade

Êxodo 11

1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נאָך אײן פּלאָג װעל איך ברענגען אױף פַּרעהן און אױף מִצרַיִם, דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן פֿון דאַנען; אַז ער לאָזט אײַך אַװעק, װעט ער אײַך טרײַבנדיק אין גאַנצן אַרױסטרײַבן פֿון דאַנען. 2 רעד אַקאָרשט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, זײ זאָלן אַנטלײַען איטלעכער פֿון זײַן חבֿר, און איטלעכע פֿון איר חבֿרטע, זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן. 3 און ה׳ האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם. אױך איז דער מאַן משה געװען זײער גרױס אין לאַנד מִצרַיִם, אין די אױגן פֿון פַּרעהס קנעכט, און אין די אױגן פֿון פֿאָלק.

4 און משה האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַרום האַלבע נאַכט װעל איך אַרױסגײן צװישן מִצרַיִם; 5 און עס װעט שטאַרבן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכוֹר פֿון פַּרעהן װאָס דאַרף זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכוֹר פֿון דער דינסט װאָס הינטער די מילשטײנער; אױך יעטװעדער בכוֹר פֿון אַ בהמה. 6 און עס װעט װערן אַ גרױס געשרײ אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס אַזאַ איז נישט געװען, און אַזאַ װעט מער נישט זײַן. 7 אָבער קעגן אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעט אַ הונט נישט שאַרפֿן זײַן צונג, סײַ קעגן אַ מענטשן, סײַ קעגן אַ בהמה; כּדי איר זאָלט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ צװישן מִצרַיִם און צװישן יִשׂרָאֵל. 8 און אַלע די דאָזיקע קנעכט דײַנע װעלן אַראָפּנידערן צו מיר, און װעלן זיך בוקן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױס, דו מיט דײַן גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער דיר; און נאָך דעם װעל איך אַרױסגײן.

און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אין גרימצאָרן. 9 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעה װעט נישט צוהערן צו אײַך; כּדי צו מערן מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. 10 און משה און אַהרֹן האָבן געטאָן אַלע די דאָזיקע װוּנדער פֿאַר פַּרעהן; אָבער ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט נישט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײַן לאַנד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-