1 אין דריטן חודש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי. 2 און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און יִשׂרָאֵל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו האלֹקים, און ה׳ האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: 4 איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפֿליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר. 5 און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קֹול, און איר װעט היטן מײַן ברית, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרעם צו מיר געהערט די גאַנצע ערד. 6 און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
7 און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן. 8 האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
9 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
10 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; 11 און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג, װאָרעם אױפֿן דריטן טאָג װעט ה׳ אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי. 12 און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן; 13 אַ האַנט זאָל זיך נישט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער נישט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14 האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער. 15 און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט נישט גענענען צו אַ פֿרױ.
16 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט. 17 און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער האלֹקים אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג. 18 און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט. 19 און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה איז געװען רעדנדיק, און האלֹקים איז געװען צוריקרעדנדיק צו אים אױפֿן קֹול. 20 און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און ה׳ האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען. 21 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו ה׳ צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך. 22 און אױך די כּהנים װאָס גענענען צו ה׳, זאָלן זיך הײליקן, כּדי ה׳ זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ. 23 האָט משה געזאָגט צו ה׳: דאָס פֿאָלק קען נישט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרעם דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן. 24 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרֹן מיט דיר; אָבער די כּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך נישט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו ה׳, כּדי ער זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
25 האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.