Publicidade

Êxodo 33

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן: קום, גײ אַרױף פֿון דאַנען, דו און דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, צו דעם לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן – 2 און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס אַ מלאך, און װעל פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי – 3 צו אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק – װאָרעם איך װעל נישט אַרױפֿגײן צװישן דיר, װײַל אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו; איך קען דיך נאָך פֿאַרלענדן אױפֿן װעג.

4 האָט דאָס פֿאָלק געהערט דעם דאָזיקן שלעכטן אָנזאָג, און זײ האָבן געטרױערט, און האָבן קײנער נישט אָנגעטאָן זײַן צירונג אױף זיך. 5 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר זײַט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; אײן רגע װען איך זאָל אַרױפֿגײן צװישן דיר, װעל איך דיך פֿאַרלענדן. און אַצונד נעם אַראָפּ דײַן צירונג פֿון זיך, און איך װעל באַטראַכטן, װאָס איך זאָל טאָן צו דיר. 6 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך אױסגעטאָן זײער צירונג פֿון באַרג חוֹרֵבֿ אָן.

7 און משה פֿלעגט נעמען דאָס געצעלט, און פֿלעגט עס זיך אױפֿשטעלן אױסן לאַגער, װײַט פֿון לאַגער, און פֿלעגט עס רופֿן אוֹהל-מוֹעד. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט געזוכט ה׳, פֿלעגט אַרױסגײן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס אױסן לאַגער. 8 און עס איז געװען, װי משה איז אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט, אַזױ פֿלעגט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿשטעלן, און שטײן איטלעכער אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און נאָכקוקן משהן, ביז ער גײט אַרײַן אין געצעלט. 9 און עס איז געװען, װי משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דער װאָלקן-זײַל, און שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און ה׳ פֿלעגט רעדן מיט משהן. 10 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט זען דעם װאָלקן-זײַל שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן, און זיך בוקן איטלעכער בײַם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט.

11 און ה׳ פֿלעגט רעדן צו משהן פּנים אֶל פּנים, אַזױ װי אַ מענטש רעדט צו זײַן חבֿר. און ער פֿלעגט זיך אומקערן אין לאַגער, אָבער זײַן באַדינער יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, אַ יונגערמאַן, פֿלעגט נישט אָפּטרעטן פֿון געצעלט.

12 און משה האָט געזאָגט צו ה׳: זע, דו זאָגסט צו מיר: ברענג אױף דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָבער דו האָסט מיך נישט געלאָזט װיסן, װעמען דו װעסט שיקן מיט מיר. דו האָסט דאָך געזאָגט: איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען, און האָסט אױך געפֿונען חֵן אין מײַנע אױגן. 13 און אַצונד, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, לאָז מיך װיסן, איך בעט דיך, דײַנע װעגן, אַז איך זאָל דיך קענען, כּדי איך זאָל געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן; און זע אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז דאָך דײַן פֿאָלק.

14 האָט ער געזאָגט: מײַן פּנים װעט מיטגײן, און איך װעל דיך באַרוען.

15 האָט ער צו אים געזאָגט: אױב דײַן פּנים גײט נישט מיט אונדז, זאָלסטו אונדז נישט אױפֿברענגען פֿון דאַנען. 16 װאָרעם מיט װאָס דען זאָל דערקענט װערן, אַז איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, איך און דײַן פֿאָלק, אױב נישט דורך דײַן גײן מיט אונדז, אַז מיר זאָלן אָפּגעזונדערט זײַן, איך און דײַן פֿאָלק, פֿון אַלעם פֿאָלק װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד?

17 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אױך די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געזאָגט, װעל איך טאָן, װײַל דו האָסט געפֿונען חֵן אין מײַנע אױגן, און איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען.

18 האָט ער געזאָגט: לאָז מיך זען דײַן פּראַכט, איך בעט דיך.

19 האָט ער געזאָגט: איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײט פֿאַר דײַן פּנים, און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען ה׳; און איך װעל לײַטזעליקן װעמען איך װעל לײַטזעליקן, און װעל דערבאַרעמען װעמען איך װעל דערבאַרעמען. 20 און ער האָט געזאָגט: קענסט נישט זען מײַן פּנים, װאָרעם אַ מענטש קען מיך נישט זען און בלײַבן לעבן. 21 און ה׳ האָט געזאָגט: אָן איז אַן אָרט בײַ מיר; זאָלסטו זיך שטעלן אױפֿן פֿעלדז. 22 און עס װעט זײַן, װען מײַן פּראַכט גײט פֿאַרבײַ, װעל איך דיך אַרײַנטאָן אין אַ שפּאַלט פֿון דעם פֿעלדז, און איך װעל אַרױפֿדעקן מײַן האַנט אױף דיר, ביז איך װעל פֿאַרבײַגײן. 23 און אַז איך װעל אָפּטאָן מײַן האַנט, װעסטו זען מײַן רוקן; אָבער מײַן פּנים קען נישט געזען װערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-