Publicidade

Êxodo 39

1 און פֿון דער בלאָער װאָל, און דעם פּורפּל, און דעם װערמילרױט, האָט מען געמאַכט די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, און געמאַכט די הײליקע קלײדער װאָס פֿאַר אַהרֹנען, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

2 און מע האָט געמאַכט דעם אֵפֿוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. 3 און מע האָט אױסגעשלאָגן בלעכן פֿון גאָלד, און צעהאַקט אױף פֿעדים, אױף אַרײַנצואַרבעטן אין דער בלאָער װאָל, און אין דעם פּורפּל, און אין דעם װערמילרױט, און אין דעם לײַנען, מיט קונציקער אַרבעט. 4 אַקסלבענדער האָט מען צו אים געמאַכט, באַהעפֿטע; בײַ זײַנע בײדע עקן איז ער געװען באַהעפֿט. 5 און זײַן גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, איז געװען פֿון אים גופֿא, אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

6 און מע האָט געמאַכט די אָניקלשטײנער אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, אױסגעקריצט װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 7 און מע האָט זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

8 און מע האָט געמאַכט דעם חושן קונציק אױסגעאַרבעט, אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד, פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. 9 פֿירעקעכדיק איז ער געװען; געטאָפּלט האָט מען געמאַכט דעם חושן, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט, געטאָפּלט. 10 און מע האָט אַרײַנגעזעצט אין אים פֿיר צײלן שטײנער: אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל; 11 און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט;

12 און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט; 13 און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד אין זײערע אײַנזעצונגען. 14 און די שטײנער זײַנען געװען לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צװעלף, לױט זײערע נעמען, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען, אַקעגן די צװעלף שבֿטים. 15 און מע האָט געמאַכט צום חושן געדרײטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד. 16 און מע האָט געמאַכט צװײ אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד, און צװײ גילדערנע רינגען, און מע האָט אַרױפֿגעטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חושן. 17 און מע האָט אַרײַנגעטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען אױף די עקן פֿון חושן. 18 און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן האָט מען אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט. 19 און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿגעזעצט אױף די צװײ עקן פֿון חושן, בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו. 20 און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון אֵפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, בײַ זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם חֵשֶב פֿון אֵפֿוֹד. 21 און מע האָט צוגעשנירט דעם חושן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד, מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם חֵשֶב פֿון אֵפֿוֹד, און דער חושן זאָל זיך נישט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

22 און מע האָט געמאַכט דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד, װעבאַרבעט, פֿון לױטער בלאָער װאָל. 23 און די עפֿענונג פֿון דעם מאַנטל איז געװען אין זײַן מיטן, אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד, מיט אַ זױם בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, ער זאָל זיך נישט צערײַסן. 24 און מע האָט געמאַכט אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געצװערנט. 25 און מע האָט געמאַכט גלעקלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אַרױפֿגעטאָן די גלעקלעך צװישן די מילגרױמען אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, צװישן די מילגרױמען: 26 אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום, אױף צו דינען; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

27 און מע האָט געמאַכט לײַנענע מאַנטלען, װעבאַרבעט, פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין; 28 און די לײַנענע מִצְנֶפֶת, און די שײנע היטלען פֿון לײַנען, און די לײַנענע הױזן פֿון געדרײַטן לײַנען; 29 און דעם גאַרטל פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, געשטיקטע אַרבעט, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

30 און מע האָט געמאַכט דאָס שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, פֿון רײנעם גאָלד, און אױפֿגעשריבן אױף אים אַ געשריפֿטס, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל הײליק צו ה׳. 31 און מע האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי אים אָנצוטאָן אױף דער מִצְנֶפֶת פֿון אױבן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

32 אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די גאַנצע אַרבעט פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן; גענױ אַזױ האָבן זײ געטאָן.

33 און זײ האָבן געבראַכט דעם מישכּן צו משהן: דאָס געצעלט און אַלע זײַנע זאַכן, זײַנע האָקן, זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 34 און דעם צודעק פֿון רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און דעם צודעק פֿון תּחש-פֿעלן, און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; 35 דעם אָרון פֿון צײגנים, און זײַנע שטאַנגען, און דעם דעק; 36 דעם טיש אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט;

37 די רײנע מנוֹרה, אירע רערלעך – די רערלעך אױף אָנצוריכטן – און אַלע אירע כּלים, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; 38 און דעם גילדערנעם מזבח, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון געצעלט; 39 דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 40 די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם פֿאָרהאַנג צום טױער פֿון הױף, זײַנע שטריק, און זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע אַרבעטגעצײַג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד; 41 די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרֹן דעם כּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.

42 אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געמאַכט די גאַנצע אַרבעט. 43 און משה האָט געזען די גאַנצע אַרבעט, אַז זײ האָבן זי געמאַכט; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געמאַכט; און משה האָט זײ געבענטשט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-