Publicidade

2 Crônicas 33

1 צװעלף יאָר איז מנַשֶה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און ער האָט װידער אָפּגעבױט די בָמות װאָס זײַן פֿאָטער יחִזקִיָהו האָט אײַנגעװאָרפֿן, און האָט אױפֿגעשטעלט מזבחות צו די בַעַל-געטער, און האָט געמאַכט געצנבױמער, און זיך געבוקט צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט. 4 און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון ה׳, װאָס ה׳ האָט געזאָגט: אין ירושָלַיִם זאָל זײַן מײַן נאָמען אױף אײביק.

5 און ער האָט געבױט מזבחות צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון ה׳ס הױז. 6 און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַנע זין דורכן פֿײַער אין דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם, און ער האָט געברױכט צײכנזעערײַ, און געצױבערט, און געמאַכט כּישוף, און ער האָט אײַנגעשאַפֿט די װאָס װאָרזאָגן מיט אַ גײַסט אָדער אַ רוח. ער האָט געמערט צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען. 7 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געשניצטן געץ װאָס ער האָט געמאַכט, אין הױז פֿון האלֹקים, װאָס אלֹקים האָט געזאָגט צו דָוִדן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז, און אין ירושָלַיִם, װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק. 8 און איך װעל מער נישט אָפּטאָן דעם פֿוס פֿון יִשׂרָאֵל פֿון דער ערד װאָס איך האָב באַשערט פֿאַר אײַערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, לױט דער גאַנצער תּורה און די חוקים און די געזעצן, דורך משהן. 9 און מנַשֶה האָט פֿאַרפֿירט יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם צו טאָן מער שלעכטס פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

10 און ה׳ האָט גערעדט צו מנַשֶהן און צו זײַן פֿאָלק, אָבער זײ האָבן נישט פֿאַרנומען. 11 און ה׳ האָט אױף זײ געבראַכט די חיל-לידער פֿון דעם מלך פֿון אשור, און זײ האָבן באַצװוּנגען מנַשֶהן מיט רינגען, און האָבן אים געשמידט אין קופּערנע קײטן און אַװעקגעפֿירט קײן בָבֿל. 12 און אַז אים האָט צוגעדריקט, האָט ער געבעטן בײַ ה׳ זײַן ג-ט, און ער איז געװאָרן זײער אונטערטעניק פֿאַר דעם אלֹקים פֿון זײַנע עלטערן. 13 און ער האָט מתפּלל געװען צו אים; און ער האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און האָט צוגעהערט זײַן בקשה, און האָט אים אומגעקערט קײן ירושָלַיִם, צו זײַן מלוכה; און מנַשֶה האָט געװוּסט אַז ה׳ איז האלֹקים.

14 און נאָך דעם האָט ער געבױט אַן אױסנװײניקסטע מױער צו דָוִדס-שטאָט, אין מערבֿ פֿון גיחון, אין טאָל, און בײַם אײַנגאַנג פֿון פֿישטױער; און ער האָט אַרומגערינגלט דעם עוֹפֿל, און האָט זי געמאַכט זײער הױך, און ער האָט אַרײַנגעזעצט חיל-לידער אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט אין יהוּדה. 15 און ער האָט אָפּגעטאָן די פֿרעמדע ג‑טער, און דעם געץ פֿון ה׳ס הױז, און אַלע מזבחות װאָס ער האָט געבױט אױף דעם באַרג פֿון ה׳ס הױז, און אין ירושָלַיִם; און ער האָט זײ אַרױסגעװאָרפֿן אױסן שטאָט. 16 און ער האָט אױפֿגעבױט דעם מזבח פֿון ה׳, און האָט געשלאַכט אױף אים זִבְחֵי שלָמִים און דאַנקאָפּפֿער; און ער האָט אָנגעזאָגט יהוּדה צו דינען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 17 פֿאַר װאָר, דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט אױף די בָמות, אָבער נאָר צו ה׳ זײער ג-ט.

18 און די איבעריקע זאַכן װעגן מנַשֶהן, און זײַן תּפֿילה צו זײַן ג-ט, און די װערטער פֿון די זעערס װאָס האָבן צו אים גערעדט אין נאָמען פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, זײ זײַנען דאָ אין געשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. 19 און זײַן תּפֿילה, און װי אַזױ האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און זײַן גאַנצע זינד און זײַן פֿעלשונג, און די ערטער װאָס ער האָט אין זײ געבױט בָמות, און אױפֿגעשטעלט געצנבײמער און געשניצטע בילדער, אײדער ער איז געװאָרן אונטערטעניק, זײ זײַנען באַשריבן אין די װערטער פֿון די זעערס.

20 און מנַשֶה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן הײם. און זײַן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

21 צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

22 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנַשֶה האָט געטאָן; און צו אַלע געשניצטע בילדער װאָס זײַן פֿאָטער מנַשֶה האָט געמאַכט, האָט אָמוֹן געשלאַכט, און זײ געדינט. 23 און ער איז נישט אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר ה׳ אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנַשֶה איז אונטערטעניק געװאָרן, נאָר ער, אָמוֹן, האָט אַלץ מער זיך פֿאַרשולדיקט.

24 און זײַנע קנעכט האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן אים געטײט אין זײַן הױז. 25 און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמוֹן. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יֹאשִיָהו פֿאַר אַ מלך אױף זײַן אָרט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-