1 און יֹאשִיָהון האָט געמאַכט אין ירושָלַיִם קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳; און מע האָט געשאָכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש. 2 און ער האָט געשטעלט די כּהנים אױף זײערע װאַכן, און האָט זײ געשטאַרקט צו דעם דינסט פֿון ה׳ס הױז. 3 און ער האָט געזאָגט צו די לוִיִים װאָס האָבן געלערנט גאַנץ יִשׂרָאֵל, די װאָס זײַנען געװען הײליק צו ה׳: שטעלט אַרײַן דעם הײליקן אָרון אין דעם הױז װאָס שלמה דער זון פֿון דָוִדן, דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, האָט געבױט; איר דאַרפֿט מער נישט טראָגן אױפֿן אַקסל; אַצונד דינט ה׳ אלוקיכם און זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 4 און ברײט אײַך אָן נאָך אײַערע פֿאָטערהײַזער לױט אײַערע אײַנטײלונגען אין דעם געשריפֿטס פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און אין דעם געשריפֿטס פֿון זײַן זון שלמהן. 5 און שטײט אין הײליקטום לױט די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון אײַערע ברידער, די קינדער פֿון פֿאָלק, און אַ טײל פֿון פֿאָטערהױז פֿון די לוִיִים. 6 און שעכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח, און האַלט אײַך הײליק, און גרײט צו פֿאַר אײַערע ברידער, כּדי צו טאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ דורך משהן.
7 און יֹאשִיָהו האָט אָפּגעשײדט פֿאַר די קינדער פֿון פֿאָלק שאָף: שעפּסן און יונגע ציגן – אַלץ פֿאַרן קָרבָּן-פֶּסַח פֿאַר אַלע װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען – דרײַסיק טױזנט אין צאָל, און רינדער דרײַ טױזנט. די דאָזיקע זײַנען געװען פֿון דעם מלכס פֿאַרמעג. 8 און זײַנע האַרן האָבן אָפּגעשײדט אַ נדבֿה פֿאַר דעם פֿאָלק, פֿאַר די כּהנים, און פֿאַר די לוִיִים. חִלקִיָה, און זכַריָהו, און יחיאֵל די פֿירשטן פֿון דעם הױז פֿון האלֹקים, האָבן געגעבן די כּהנים פֿאַר קָרבָּן-פֶּסַח צװײ טױזנט און זעקס הונדערט, און רינדער דרײַ הונדערט. 9 און כּוֹנַניָהוּ, און שמַעיָהו, און נתַנאֵל, זײַנע ברידער, און חַשַבֿיָהן, און יעִיאֵל, און יוֹזָבָֿד, די האַרן פֿון די לוִיִים, האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר די לוִיִים פֿאַרן קָרבָּן-פֶּסַח פֿינף טױזנט, און רינדער פֿינף הונדערט.
10 אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער דינסט, און די כּהנים האָבן זיך געשטעלט אױף זײער אָרט, און די לוִיִים אױף זײערע אָפּטײלונגען, לױט דעם באַפֿעל פֿון מלך. 11 און זײ האָבן געשאָכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח, און די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון זײער האַנט; און די לוִיִים האָבן אָפּגעשונדן. 12 און זײ האָבן אַװעקגענומען די בראַנדאָפּפֿער, כּדי זײ צו געבן צו די אָפּטײלונגען פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק אױף מקריבֿ זײַן צו ה׳, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם בוך פֿון משהן; און דאָס גלײַכן מיט די רינדער. 13 און זײ האָבן געבראָטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אױפֿן פֿײַער, אַזױ װי דער דין; און די געהײליקטע קָרְבֳנוֹת האָבן זײ געקאָכט אין טעפּ, און אין קעסלען, און אין פֿאַנען, און פֿונאַנדערגעטראָגן אױף גיך צו אַלע קינדער פֿון פֿאָלק. 14 און דערנאָך האָבן זײ צוגעגרײט פֿאַר זיך און פֿאַר די כּהנים; װאָרעם די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרֹן, זײַנען געװען פֿאַרנומען מיט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס, ביז נאַכט; דערום האָבן די לוִיִים צוגעגרײט אי פֿאַר זיך, אי פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרֹן.
15 און די זינגערס, די קינדער פֿון אָסָף, זײַנען געװען אױף זײער אָרט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִדן, און אָסָף, און הֵימָן, און ידותון דעם מלכס זעער. און די טױערלײַט זײַנען געװען בײַ איטלעכן טױער. זײ האָבן נישט געדאַרפֿט אָפּטרעטן פֿון זײער דינסט, װאָרעם זײערע ברידער די לוִיִים האָבן צוגעגרײט פֿאַר זײ.
16 אַזױ איז צוגעגרײט געװאָרן דער גאַנצער דינסט פֿון ה׳ אין יענעם טאָג, צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח, און אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח פֿון ה׳, לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך יֹאשִיָהו. 17 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, האָבן געמאַכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין יענער צײַט, און דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זיבן טעג. 18 און אַ קָרבָּן-פֶּסַח אַזאַ װי דער איז נישט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון שמוּאֵל דעם נבֿיא אָן; און אַלע מלכים פֿון יִשׂרָאֵל האָבן נישט געמאַכט אַזאַ קָרבָּן-פֶּסַח װי עס האָט געמאַכט יֹאשִיָהו, און די כּהנים, און די לוִיִים, און גאַנץ יהוּדה און יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך דאָרטן געפֿונען, און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 19 אין אַכצענטן יאָר פֿון יֹאשִיָהוס מלוכה איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער פֶּסַח.
20 נאָך דעם אַלעם, אַז יֹאשִיָהו האָט געהאַט צוגעגרײט דאָס הױז, איז אַרױפֿגעגאַנגען נכו דער מלך פֿון מִצרַיִם, מלחמה צו האַלטן אױף כַּרכּמיש בײַם פּרָת, און יֹאשִיָהו איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים. 21 האָט ער געשיקט שלוחים צו אים אַזױ צו זאָגן: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר, מלך פֿון יהוּדה? נישט קעגן דיר איז דאָס הײַנט, נאָר קעגן דעם הױז מיט װעמען איך בין אין מלחמה; און אלֹקים האָט אָנגעזאָגט מיך צו אײַלן; האַלט זיך אָפּ פֿון אלֹקים װאָס איז מיט מיר, כּדי ער זאָל דיך נישט אומברענגען. 22 אָבער יֹאשִיָהו האָט נישט אָפּגעקערט זײַן פּנים פֿון אים, נאָר מלחמה האַלטן מיט אים האָט ער געזוכט; און ער האָט נישט צוגעהערט צו די װערטער פֿון נכון, פֿון ג-טס מױל אַרױס, און ער איז געקומען מלחמה האַלטן אין דעם טאָל פֿון מגִדוֹ. 23 האָבן די בױגנשיסערס געשאָסן אױף דעם מלך יֹאשִיָהו, און דער מלך האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: נעמט מיך אַװעק, װאָרעם איך בין שטאַרק פֿאַרװוּנדט געװאָרן. 24 האָבן אים די קנעכט אַראָפּגענומען פֿון זײַן רײַטװאָגן, און האָבן אים אַרױפֿגעזעצט אױף דעם צװײטן רײַטװאָגן װאָס ער האָט געהאַט, און אים אַװעקגעפֿירט קײן ירושָלַיִם. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין די קבֿרים פֿון זײַנע עלטערן. און גאַנץ יהוּדה און ירושָלַיִם האָבן געטרױערט אױף יֹאשִיָהון. 25 און יִרמיָהו האָט געקלאָגט אױף יֹאשִיָהון, און אַלע זינגערס און זינגערינס האָבן גערעדט אין זײערע קלאָגלידער פֿון יֹאשִיָהון, ביז אױף הײַנט. און מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ מנהג אין יִשׂרָאֵל, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין די קלאָגלידער.
26 און די איבעריקע זאַכן װעגן יֹאשִיָהון, און זײַנע חסדים, לױט װי עס שטײט געשריבן אין דער תּורה פֿון ה׳, 27 און זײַנע אױפֿטוען, די ערשטע אַזױ װי לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה.